מיטוואך נאכט פרשת וישב, כ' כסלו (למס' נאוועמבער 28) אום 8:30 אווענט גייט בעז"ה פארקומען די פּי-טי-עי (עלטערן-לערערינס פארזאמלונג) פאר אלע מאמעס פון די בית פיגא סקול.
די פּי-טי-עי נחת אווענט וועט וועט בעז"ה פארקומען אינעם נייעם לאקאל פונעם סקול אויף 160 פרענקלין עוועניו, ווי אלע מאמעס וועלן בעז"ה האבן די געלעגענהייט צו שעפּן נחת פון זייערע קינדער, ווי זיי שטייגן און בליען מיט יראת שמים, מידות טובות, און דרך ארץ.
דער ראש ישיבה האט פארלאנגט פון אלע חשובע מאמעס וואס האבן קינדער אין די מוסדות אז זיי מוזן קומען, מ'גייט אויפשפילן א גאר וויכטיגע דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א ספעציעל פאר דעם אווענט, זיך צו שטארקן אינאיינעם אין חינוך הילדים, צו הערן עצות און חיזוק ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער ווי עס דארף צו זיין, און זיי מחנך זיין על דרכי התורה והיראה.
די בית פיגא סקול איז ספעציעל בארימט מיט די גרויסע כחות וואס זיי לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין אנגעגרייט צום לעבן וואס ווארט אויף זיי בעז"ה, זיי זאלן קענען זיין גוטע מאמעס פאר זייערע קינדערלעך און זיי ערציען מיט יראת שמים, און גוטע ווייבער און זייערע מענער זאלן קענען אנגיין און זיין ערליכע אידן אין די היינטיגע שווערע וועלט.
אין בית פיגא סקול איז זאגן תהלים נישם קיין עול וואס מ'מוז נעבעך טון, נאר די פילן מיידלעך פאר א זכי' צו קענען זאגן תהלים. רוב מיידלעך זאגן אויס יעדן טאג א יום תהלים, אזוי אז זיי ענדיגן תהלים "יעדע וואך"(!).
א תלמידה פון בית פיגא ווייסט אז "האום ווארק" איז "העלפן א טאטע און מאמע", און "עדיוקעישאן" איז טייטש "לעבן מיטן אייבערשטן". די מיידלעך פון בית פיגא ווייסן אז א טאטע און א מאמע איז זיי גארנישט שולדיג, נאר זיי זענען דא צו העלפן זייערע עלטערן מיט וואס נאר זיי קענען.
די עלטערן וועלן בעז"ה הנאה האבן פון שיינעם פראגראם, עס וועט בעז"ה זיין שיינע דרשות און סליידס, און די חשובע עלטערן וועלן בעז"ה אהיים גיין מיט פולע זעק פון נחת, וואס וועט זיי געבן די כחות ווייטער אנצוגיין.
 
דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרים און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר"