פייער אפשטעל און משכונות אויסטויש צווישן מדינת ישראל און כאמאס
טז טבת תשפ"ה 📝
אין די יעצטיגע טעג ווערט באקאנט אז נאך ארבעט פון לאנגע חדשים איז אויסגעארבעט געווארן א שטיקל פייער אפשטעל און משכנות און ארעסטאנטן אויסטויש צווישן מדינת ישראל און כאמאס. דאס איז בלויז די ערשטע פאזע, און אויב וועט עס מצליח זיין וועט מען גיין ווייטער מיט'ן צווייטן און דריטן פאזע וואס אנטשפרעכט גענצליך צו ענדיגן די מלחמה, און ארויסלאזן אלע איבעריגע משכונות אויף דער פריי.
לויט באריכטן איז עס צושטאנד געקומען דורך די זעלטענע צוזאמען ארבעט פון די צוויי אמעריקאנער קענגזייטיגע אדמיניסטראציעס די ארויסגייענדע ליבעראלע ביידען אדמיניסטראציע מיט'ן אריינקומענדיגן אויסגעשפראכענע טראמפ אדמיניסטרציע, וואס ברענגט ווידער צום אויבערפלאך וואס מען קען אויפטון ווען מען לייגט אין א זייט די מחלוקת.
לויטן אפמאך וועט יעצט זיין א 42 טאג פייער אפשטעל, ווען אין די טעג וועלן צוביסלעך ארויסגעלאזט ווערן א סך הכל פון 33 משכונות, רוב פרויען, קינדער אדער מיט געזונט פראבלעמען, און אין אויסטויש וועט מדינת ישראל ארויסלאזן טויזענט פאלעסטינע ארעסטאנטן פון זייערע טורמעס.
אזוי אויך וועט די איזראעלי מיליטער זיך צוביסלעך ארויסצוען פון צפון עזה און ערלויבן די איינוואוינער זיך צוריק צו קערן צו זייערע היימען.
אונז אידישע קינדער זענען מתפלל אז אלע פארכאפטע זאלן זיך צוריק קערן און באפרייט ווערן ווי אמשנעלסטן, און אז דעם אויבערשטענ'ס נאמען זאל שוין גרויס ווערן אויף דער וועלט דורך משיח צדקינו, און אלע וועלן קלאר זען אז נאר ער קען באשיצן אידישע קינדער, און אזוי אויך זאל שוין אפגעטון ווערן פון דער וועלט די שנאה פון די פעלקער צום אידישן פאלק.
עס איז נישט קלאר וויפיל פון די פארכאפטע זענען נאך ביים לעבן, און וויפיל זענען שוין ליידער אומגעקומען, אבער מיט דעם אלעם איז עס א גרויסע שמחה ווען מען באווייזט ארויסצוכאפן עפעס. מיר וועלן זיך אפלערנען דערפון אז אפילו דער סמ"ך מ"ם צוברעכט אונז אז אונזערע מצוות זענען נישט לעבעדיג, אן קיין חיות, איז עס א געוואלדיגע שמחה ווען מיר קענען ארויסכאפן א שחרית, א כיבוד אב ואם, א תפילין, א מקוה'לע, נישט קיין חילוק לעבעדיג אדער נישט, אלעס איז זייער חשוב און טייער.