פייער אין בנין התלמוד תורה, מיט גרויס ניסים זענען אלע צייטליך ארויס ב"ה
יא סיון תשע"ח 📝
פארגאנגענעם דינסטאג פרשת נשא בערך 12:30 מיטאג, האט זיך די פייער אלארם פונעם בנין צעקלינגען. פאר די בחורים אין ביהמ"ד האט עס אויסגעזען ווי א פייער דריל, ווייל עס האט גארנישט געשמעקט, און עס איז בכלל נישט געווען קיין רויעך. די הנהלה האט געהייסן אז אלע בחורים אין קינדער דארף ארויסגיין פון בנין, און אלע קינדער זענען ארויס פונעם בנין מיט די באגלייטונג פון די מלמדים מיט א שיינע סדר.
נאך עטליכע מינוט זענען די פייערלעשער אנגעקומען, נאך א קורצע אונטערזיכונג האבן זיי באמערקט אז די עלעקטריק רום איז פארייכערט, זיי האבן אויסגעשאלטערט די עלקעטריק, און האבן אונטערגעזוכט דעם גאנצן געביידע זיכער צו מאכן אז עס האט זיך נישט אנגעכאפט אין ערגעץ, און ב"ה אז דער פייער האט זיך נאך בכלל נישט געהאט צושפרייט. עס האט נאר שאדן געמאכט די עלקטעריק פון די עלעוועיטער.
ווי די פייערלערשער האבן געזאגט איז עס געווען אן ערנסטער עלעקטריק פייער, און איז געווען גאר א גרויסער נס, אז דער געביידע האט נישט אויפגעריסן אין פלאמען, און מען איז ב"ה אפגעקומען מיט גאר קליינע שאדענס.
דער הייליגער רבי נתן שרייבט אין חיי מוהר"ן (שנ"ה), אז "דער רבי האט געזאגט אז אפילו נאר האלטן זיינע ספרים אין שאנק איז א מורא'דיגע טובה פאר א מענטש, ווייל האלטן זיינע ספרים אין הויז איז א געוואלדיגע שמירה צו אפילו אפהיטן דאס געלט און די עשירות פון א מענטש פון אלע שאדנעס", און מוהרא"ש פלעגט אלץ ארויף שרייבן דעם שיחה אויף אלעס ספרים וואס ער פלעגט דרוקן.
נאכן בערך א האלבע שעה האבן זיי צוריק געלאזט אין בנין, און מען האט זיך צוריק געקערט לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס שמחה.
צו מארגענס ביים שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאנקט דעם אייבערשטן ברבים אויף זיינע גרויסע חסדים, אז מען איז גרינג אפגעקומען און מען אזוי שנעל געקענט ב"ה זיין צוריק און מען האט א דאך איבערן קאפ.
כי הם חיינו ואורך ימינו
די פייערלערשער ביים בנין פון מוסדות היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג