שאלה: ביי די גוי'אישע חגא, האב איך געזען פון דערווייטענס ווי עס שיסן ארויף "פייער קרעקערס" אין אלע קאלירן און פארמען. איך האב צוויי שאלות, איינס וויאזוי מאכט מען די פייערן אין אזויפיל קאלירן, און וואס געשעט מיט'ן "פייער קרעקער" נאכדעם וואס עס לעשט זיך אויס?
 
יצחק ראזענבוים
 
ענטפער: זייער א שיינע שאלה יצחק.
 
פייער קרעקערס באשטייען פון קליינע פעקלעך אנגפילט מיט ברענשטאף שטויב און מינעראלן. ווען מען צינדט עס אן, געשעט א קליינע אויפרייס וואס וועט ארויפשיסן דעם פייער קרעקער הויך אין די לופט, און ווען עס קומט אן צו א געוויסע הויכקייט רייסט אויף די ברענשטאף פון אינעווייניג. אינעווייניג געפונען זיך קליינע באליס אנגעפילט מיט כעמיקאלן און מינעראלן, לויט די סארט קאלירן וואס מען וויל אז די פייער זאל זיין. סטראנטיום וועט מאכן די פייער רויט, באריום גרין, קופּער בלוי, סאדיום געל; פאר ווייס און זילבער וועט מען נוצן אלימינום, אייזן אדער מאגניזיום. אזוי אויך וועט מען נוצן א געמיש פון עטליכע מינעראלן צו מאכן פארשידענע אנדערע קאלירן, צום ביישפיל סטאנטיום און קופער פאר פורפל, און אזוי ווייטער.
 
עס איז זייער אינטערעסאנט צו קוקן אויף די שיינע קאלירן און אויפרייסן, און עס קען זיך דאכטן אז זיי זענען "די זאך" זיי "האבן עס", אבער ווי דו זאגסט, "וואס געשעט מיט עס ווייטער?" איז אסאך א שטערעקער שאלה. און ווי דו ברענגסט ארויס אין די שאלה בלייבט גארנישט איבער דערפון.
 
און וויבאלד עס איז שוין דורך עטליכע וואכן זינט די אמערקאנער חגבאות, טראכט שוין קיינער אפילו נישט דערפון. קיינער האט שוין נישט קיין הנאה דערפון. עס איז געבליבן דערפון א "גרויסע גארנישט".
 
אויב דו זעסט א גרויסע טראקס, די גאס דרייט זיך איבער, מען הערט קולות, עס הענגען גרויסן פלאקאטן איבעראל. אויב וועט עס מיר נישט ברענגען צום אויבערשטן, עס וועט מיר נישט דערמאנען אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, איז עס פוסטע נארישקייטן. נישט קיין חילוק ווי "מעכטיג" עס זעט אויס.
 
און צו ענטפערן דיין צווייטע שאלה, לאמיר דיר צוריק פרעגן. איך צינד אן א לעכט, איך זעה ווי עס ווערט קלענער און קלענער, וואס איז געשען מיט'ן ליכט, וואו איז עס געגאנגען? דער ענטפער איז אז עס ווערט פארברענט און פארוואנדעלט אין "רויך" און "גאז", און ווערט אויסגעמישט מיט די לופט.
 
די זעלבע זאך געשעט מיט די פייער קרעקערס, עס ווערט אויס. נישט ממש "אויס" עס ווערט לופט.
 
לאמיר לויפן שנעל צום חומש, צום תהלים, צום משניות און גמרא, אנטון א ציצית, זיך פרייען מיט די פיאות, געבן א טאנץ "ישר כח אויבערשטער איך בין א איד", דאס בלייבט אויף אייביג.
 
זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער אדער צו שיקן א שאלה, קען מען לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com.