דער ראש ישיבה שליט"א האט אין א בריוו געלאזט וויסן אנשי שלומינו אז נאכ'ן בויען זיין הויז פאר לאנגע חדשים איז אים א געוואלדיגע שמחה צו לאזן וויסן אז דער הויז ווערט יעצט פארטיג און ער גרייט זיך צו פראווען די וואך די גרויסע חנוכת הבית. 
 
אנשי שלומינו וועלכע האבן אויך געלאזט בויען זייער הויז אינעם זעלבן דעוועלאפמענט, "בבא מציעא" זענען זייער פרייליך און וועלן פראווען יעדער ביי זייך אינדערהיים זייער חנוכת הבית. אין די זעלבע צייט איז די שמחה גרויס אז אין די זעלבע צייט ווערט אויך אפגעראכטן דער אבן הפנה פאר'ן קומענדיגן גרויסן דעוועלאפמענט "בבא בתרא" א הערליכע דעוועלאפמענט, מיט שיינע גרויסע הייזער אין וואס מען וועט קענען וואוינען מיט הרחבת הדעת אויף דער עלטער. אנשי שלומינו ווערן שטארק רעקאמענדירט צו אינוועסטירן דערין, דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז דער אינוועסטמענט אז גאר קראנט און פארזיכערט, און אלע וואס שטעקן איין דערין וועלן ארויסגיין מיט א זיכערע ריווח.
 
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אינעם בריוו ווי פאלגענד: איך וויל דיך לאדענען צו די חנוכת הבית וואס איך מאך קומענדיגע וואך, איך ענדיג קומענדיגע וואך בויען מיין נייע הויז; איך בוי זיך נאך א הויז אין גן עדן, מסכת בבא מציעא, מיר גייען מסיים זיין קומענדיגע וואך מיטוואך. עס איז מיר א גרויסע שמחה און פרייד צו קענען אוועק לייגן אויף דער עלטער אסאך הייזער, אסאך בנינים, איך זאל נישט דארפן אויסגיין פון הונגער אויף דער עלטער.
 
אויך וועט זיין די הנחת אבן הפינה פאר א פרישע הויז וואס איך וויל זיך בויען, א נייע מסכתא, מסכת בבא בתרא. איך וויל אריינגיין מיט דיר אין שותפות, זאלסט אויך האבן אין די נייע דעוועלאפמענט אן אייגענע הויז אויף דער עלטער, זאלסטו אויך אנהויבן לערנען יעדן טאג גמרא, וועסטו זיך נישט שעמען - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט.
 
לאך נישט, ווייל פון דיינע הייזער וואס דו פרובירסט כאפן נאך איינס און נאך איינס - ווייס איך נישט וואס וועט בלייבן פון דעם, אבער די הייזער פון ענדיגן נאך און נאך מסכתות - דאס בלייבט אויף אייביג.
 
מוהרא"ש זי"ע זאגט אז לערנען יעדן טאג בבלי, ירושלמי און תוסתפא אויסער דעם וואס מיט דעם בויעט מען זיך א בית נצחי ווי גערעדט ביז דא, און מען וועט האבן אויף יענע וועלט א געשמאקע הויז, איז עס אויך א סגולה בדוק ומנוסה מען זאל האבן אן אייגענע גשמיות'דיגע גרויסע שיינע הויז דא אויף דער וועלט.