אין א פרישע געשמאקע אפדעיט פארן ברסלב סענטער וועבסייט, קומט אריין די נייעס אז די ארטיקלען אפטיילונג איז געווארן אויפגעפרישט, און יעצט ווען מען גייט אריין אינעם ארטיקלען בלאט קען מען זען פילע זאפטיגע ארטיקלען איבער אלץ און אלעמען, געשריבן דורך געשמאקע שרייבערס צווישן זיי, מו"ה משה ארי' שניטצלער הי"ו פון די ברלסב'ע כולל, און מו"ה ישראל דוד העסקעל הי"ו פון עיר הבירה לאנדאן, אזוי אויך דורכן אונטערערדישן געהיימען שרייבער הרוצה בעילום שמו פון "צום פינטל", און נאך.
 
אויסער פילע ארטיקלען וועלכע ערשיינען אינעם קרית ברסלב בלעטל וואס וועלן אויך דא ערשיינען וועט דער וועבסייט האבן פילע עקסקלוסיווע ארטיקלען ספעצילע געשריבן פארן וועבסייט.
 
אין די פאר טעג וואס די ארטיקלען ווערן שוין פריש אפדעיטעד האט דער אפטיילונג שוין געהאט שווערע הונדערטע באזוכער פון איבער די גאנצע וועלט און מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן ווי די ליינער האבן הנאה פון די געשמאקע און זיסע שרייבערס וואס לאזן איבער א זיסע נאך טעם. ווייל עס זענען נישט סתם ליידיגע ארטיקלען געשריבן דורך אינטערנעט זיצערס און נייעס קוקערס וואס זוכן בלויז צו מאכן סענזאציעס און פאניק, אויך האבן זיי נישט קיין אינטערעסע צו "קייען וואסער" און "מאלן שטרוי", די ארטיקלען וואס בדרך כלל זענען זיי געשריבן מיט א פרייליכע "סענס אף הומאר" האבן אלע א ציל אריינצולייגן און באהאלטן דערין די אפעקטיווע מעדיצינען וואס דער הייליגער רבי האט פארשריבן פאר דעם דור, און אסאך מאל זענען מיר נישט אין די גוסטע צו הערן א מוסר שמועס, אדער באקומען דירעקט קריטיק, מיר זענען דאן ווי די קליינע קינדער וואס שפייען אויס די אנטיביאטיק וואס דער דאקטער האט אנגעזאגט אז מען מוז עס נעמען, וואס דאן - פלעגט מיין מאמע אריינלייגן די מעדיצינען אין א לעפל זיסע יאגורט, און אזוי נישט מיר נישט דיר, האסטו באקומען דעם געפאדערטן דאזע.
 
די ארטיקלען זענען אלע מיט דעם ציל אריינצולייגן אין אונז אמונה, שלום בית, אהבת התורה, מידות טובות, און אזוי ווייטער, אבער קומען שיין פארפאקט אין א רייצענדע רעפער כדי "די קליינע קינד אין אונז" זאל עס אויך מסכים זיין צו נעמען.
 
מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט כסדר דארט ארויפגיין פילע שיינע ארטיקלען פון וואס אלע וועלן בעזר השם שטארק הנאה האבן. ליינט און האט הנאה!