פילע פארכאפטע ביי כאמאס גרייטן זיך אהיים צו קומען אין די קומענדיגע טעג בעז"ה
י כסלו תשפ"ד 📝
נאך וואכן פארהאנדלונגען האט דער אויבערשטער געהאלפן, און ווי עס זעט אויס זענען זיך כאמאס און מדינת ישראל דורכגעקומען אויף אן אפמאך וואס וועט העלפן אהיים ברענגען פילע משכונות פון עזה. מארגן ערב שבת קודש אינדערפרי גייט אריין א פייער אפשטעל פאר עטליכע שעה, וואס וועט פארגעזעצט ווערן מיט דעם וואס כאמאס וועט באפרייען דרייצן משכונות פרויען און קינדער, און דערנאך וועט מדינת ישראל באפרייען עטליכע צענדליגע ארעסטאנטן פון טורמע. דאס דארף צו אנהאלטן פאר לכל הפחות פיר טעג ווען יעדן טאג וועט זיין עטליכע שעה א פייער שטילשטאנד, כאמאס וועט יעדן טאג באפרייען צוועלף-דרייצן משכונות, און מדינת ישראל וועט באפרייען ארעסטאנטן, בסך הכל רעדט מען יעצט צו באפרייען פופציג משכונות פון עזה, און בערך הונדערט און פופציג ארעסטירטע וועלן ווערן באפרייט. די אפמאך לויטעט אז די שטילשטאנד קען פארלענגערט ווערן אזוי לאנג ווי כאמאס באפרייט לכל הפחות צען פארכאפטע א טאג. עס ווערט געשאצט אז צווישן די 240 משכונות געפינען זיך בערך הונדערט פרויען און קינדער.
קאטאר וועלכע איז געווען די הויפט פארהאנדלער צווישן די צוויי זייטן זאגט אז אין די טעג וועט מען אויך צושטעלן מער הומאניטערישע ליפערונגען קיין עזה, אריינגערעכענט געזאלין, און אז זיי האפן אז דאס איז די אנפאנג פון נאך פארהאנדלונגען וואס וועט ברענגען צו באפרייען נאך פארכאפטע אין עזה.
לויטן פלאן וועלן די משכונות געברענגט ווערן דורך די רויטע קרייץ צום גרעניץ פון עגיפטן, פון ווי זיי וועלן אהיים פליען מיט פליגער פונעם על אריש לופט פעלד אין מצרים, און א דעלעגאציע פון מצרים וועט קומען קיין מדינת ישראל אפנעמען די באפרייטע ארעסטאנטן און זיי אהיים נעמען.
מען דארף מתפלל זיין אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן כשורה, און די פארכאפטע זאלן טאקע אהיים געלאזט ווערן, און זיי זאלן זיך קענען ערהוילן פון זייערע שרעקליכע מיטמאכענישן אין די לעצטע וואכן, און מען זאל שוין נישט הערן פון קיין רציחות און טעראר.
מוהרא"ש פלעגט זאגט אז דער סמ"ך מ"ם קריצט געפערליך מיט די ציין קעגן היכל הקודש, צוליב וואס דער סמ"ך מ"ם האט פאר זיך א מיסיע צו צוברעכן אידישע קינדער, בפרט די טייערע בחורים. דאס טוט ער דורכדעם וואס צוערשט ווארפט ער זיי אראפ אין אן עבירה, און נאכדעם זאגט ער פאר דעם מענטש ביסט שוין סייווי גארנישט ווערט, קוק וויאזוי דו זעסט אויס, קיינער דארף דיך נישט, דער אויבערשטער דארף דיך נישט, און דער סמ"ך מ"ם שפירט אז ער האט שוין פארכאפט אידישע נשמה טיף אין זיין בוזעם טאש, און אז זיי וועלן שוין קיינמאל מער נישט זיך קענען ארויסדראפענען פון זיי. פלוצלינג שפירט ער ווי איינער קומט מיט א דזשילעט און פשוט און פראסט ער שניידט אויף זיינע טאשן, עס קומט א צדיק און זאגט פאר די אידישע נשמות "הייב אן זאגן משניות", וואס דאס איז די זשילעט מיט וואס מען שניידט אויף די טאשן, דער סמ"ך מ"ם ווערט צושפרינגען, דא עמי בבית וואגסטו זיך? דו שלעפסט ארויס מענטשן וואס זענען שוין געווען טיף פארכאפט אונטער מיינע נעגל? ער הייבט אן מיט א העץ קאמפיין, "מען האט נישט געהאלטן דערפון", "די זקנים זאגן אז עס איז נישט אזוי פשוט", דא קומט דער סמ"ך מ"ם פארשטעלט אין א שיינע איד מיט א לאנגע ווייסע בארד, "וואס טוסטו דארט? דו זאגטס משניות? דו ווייסט נישט אז זיי זענען פון די סטרא אחרא?" און אזוי פרובירט ער מיט אלע מיטלען אנצוהאלטן דעם מענטש זאל חלילה נישט אנהייבן צו זאגן משניות. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז זאגן משניות גייט נישט אינאיינעם מיט עבירות, דער וואס עקשנ'ט זיך, און אפילו ער איז טיף פארכאפט ביים סמ"ך מ"ם, ער האט זיך שוין געמאכט באקוועם ביים סמ"ך מ"ם, אויב וועט ער זאגן משניות יעדן טאג, וועט אים די הייליגע תורה אויסהיילן פון זיינע עדיקשענס. אבער בתנאי מען זאל זיין אן עקשן און נישט קוקן אויף גארנישט, איך פארשטיי יא, איך פארשטיי נישט, דו האלט דיך פעסט, בינד זיך צו מיט א פעסטע שטריק צו די תורה, און די תורה וועט דיר ארויסנעמען פון די טיפסטע שאול תחתית וואס איז נאר דא.
איין טאג וועסטו נאך באפרייט ווערן פון כאמאס, געב נישט אויף האפענונג, עס וועט קומען גוטע צייטן.