פילע פעולות פונעם בית התבשיל ברסלב צו שטיצן און העלפן אנשי שלומינו
ג ניסן תשפ"ד 📝
דער בית התבשיל אנגעפירט דורכן געטרייען גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו האט גענומען אויף זיך א ציל אז די משפחות פון אנשי שלומינו זאלן האבן פון אלעם גוטן א גאנץ יאר און בפרט אויף יום טוב פסח. דערפאר פיבערן די עסקנים אין די טעג מיט פולע גרויסצוגע פראיעקטן וואס יעדעס איינס איז כדאי לעצמו, און העלפט ארויס פילע קינדער געבענטשטע משפחות און בני תורה אריינצוברענגען דעם יום טוב מיט הרחבת הדעת
די ערשטע פראיעקט איז די קמחא דפסחא וואס דער בית התבשיל האט געמאכט א שותפות מיט הרב אברהם לויפער שליט"א פון וויליאמסבורג, ער זאל צושטעלן קעיסעס פון גרעיפ דזושס, אייער, צוויבל, עפל, קארטאפל, פלייש, פיש, וויין און נאך לכבוד יום טוב. די קמחא דפסחא ווערט באצאלט האלב דורך הרב לויפער שליט"א, און פופציג פראצענט ווערט באצאלט דורכן בית התבשיל, דאס האט געקאסט פארן בית התבשיל דרייסיג טויזענט דאלער.
די צווייטע און גרעסטע פראיעקט פונעם בית התבשיל אויף יום טוב פסח איז פשוט "קעש אין גראסערי", וואס מען האט פארבעסערט פון פאריאר, ווען מען האט געטיילט קיופאנס וואס דאס קען מען נאר נוצן איין מאל, דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל היי יאר טיילן קארטלעך וואס האבן דערויף דאס געלט אזוי ווי א דעביט קארד. דאס קען מען נוצן אינעם לעמאנעיד גראסערי ביז צוויי טעג נאך פסח וויפיל מאל מען וויל. דער ראש ישיבה פילט אן די קארטלעך מיט א שיינעם סכום לויט די צאל נפשות פון די משפחות. דאס האט געקאסט פארן בית התבשיל פינף און זיבעציג טויזענט דאלער.
די דריטע אקציע דורך בית התבשיל איז די בשותפות מיט ר' ליפא שווארץ און ר' חיים יודל שווארץ, דאס קומען אלע נעמען אפילו די וואס באקומען נישט פון קמחא דפסחא. עס איז געווען דארט פלייש, גרעיפ דזשוס, אייער, צוויבל, קארטאפל, עפל, סוויט פאטעיטע, און נאך פון וואס אלע האבן זיך מחי' געווען.
א פרישע זאך האט די בית התבשיל גענומען אויף זיך היי יאר, מען האט צוגעשטלעט א הערליכע קאטאלאג פון פילע קיטשען אפלייענסעס און געשיר פאר פרייזן ביליגער פון האלסעיל. מען האט געדארפט באצאלן און באשטעלן פון פאראויס. אין דעם איז אריינגעגאנגען גאר אסאך קאפ און מח. און האט געשפארט טויזנטער דאלער פאר אנשי שלומינו.
מיט דעם איז מען נאך נישט פארטיג. נענטער צו יום טוב וועט ווערן צוגעשטעלט נאך עטליכע חלוקות דורך ר' ר' ליפא שווארץ, ר' חיים יודל שווארץ און ר' ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג, און דארט וועט געטיילט ווערן נאך פילע גאר נוצבארע פראדוקטן פאר פסח, מיט ציל אריינצוברענגען א שמחת יום טוב און הרחבת הדעת אין שטובער פון אידישע קינדער.
בסך הכל איז די בודזשעט פון די פסח פראיעקטן פון בית התבשיל איבער $150,000. מען בעט אלע פון אנשי שלומינו זאלן זיך אנרופן ווארעם און מחזק זיין די גבאים.
דרוקט דא צו קויפן א זכות פון די סעודת יום טוב פאר $180 זכות ליל הסדר פאר $360 און א גאסט אויף גאנץ יום טוב פאר $1800. אין דעם זכות זאלט איר געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן.
כל דכפין ייתי וייכול