קרעדיט מו"ה אשר יעקב בלום הי"ו
די ארבעט אינעם קרן הדפסה גייט אן מיטן פולן פארע, מען דרוקט פולע טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות טאג טעגליך. מען קען באמת נתפעל ווערן פון די מעכטיגע אפאראט וואס טוט זיך דארט אפ, ווען מען דרוקט אפ טאג טעגליך גאנצעטע פאלעטס ספרים בלי שום גוזמא.
איינע פון די וויכטיגסטע זאכן אויף וואס דער קרן הדפסה ארבעט יעצט, איז זיכער צו מאכן אז אלע ספרים און קונטרסים זענען "פולי אין סטאַק", און דערפאר גייען די מאשינען א גאנצן טאג, מיט די באגלייטונג פון געטרייע אינגעלייט אנשי שלומינו וואס געבן זיך אוועק בכל לב ונפש, און מאכן זיכער מיטן אייבערשטנ'ס הילף אז די ארבעט גייט אן מיטן פולסטן שטארקייט.
טאג טעגליך זעט מען פילע מפיצים קומען אריין און פולן אן זייערע זעק מיט א ריזיגע אויסוואל פון ספרים, קונטרסים, גליונות, סידיס, קארטלעך, א.א.וו. גייען דערנאך ארויס עס צו פארשפרייטן אומעטום, און מאכן זיכער אז יעדע אידישע משפחה זאל באקומען א שאנס צו באקומען א פרישע חיות א פרישע לעבן, דורך באקומען פון די הייליגע ספרים וואס וועט זיי אריינגעבן א נייע האפענונג און אויסלערנען די וועג וויאזוי צו קענען אנגיין מיטן לעבן אין 2021 מיט אלע נסיונות און שוועריקייטן, און נאך אלץ בלייבן געטריי און ערליך צום אייבערשטן.
אין דער זעלבער צייט ארבעט מען אויך אנצופילן דעם סטאק פונעם ברסלב סענטער שאפ וועבסייט וואס ווערט אנגעפירט דורך די בארימטע "קרן הדפסה", ווי עס קומען כסדר אריין ארדערס פיר און צוואנציג שעה אין טאג פון אלע עקן וועלט, וואס באשטעלן אויטאמאטיש פון די גרויסע אויסוואל פון ספרים קונטרסים און סידיס א.א.וו. וואס ווערט דערנאך אפגעשיקט צו אדרעסן איבער די גאנצע וועלט פאר א מינימאלע אפצאל.
דער שטאב פון "קרן הדפסה" ארבעט שטארק אז דער געשעפט זאל צושטעלן אלע געברויכן וואס א ברסלבער חסיד פון סיי ווי איבער די וועלט זאל נאר דארפן. מען דרוקט כסדר נייע ספרים און קונטרסים, און מען לייגט עס צו צום אזוי אויך גרויסן אויסוואל, וואס פארמערט זיך כסדר מיט יעדן טאג.
דא ברענגען מיר א טיילווייזע ליסטע פון פרישע ספרים און קונטרסים וואס זענען לעצטענס ארויף:
אוצר הקדושה אַן אוֹצֶר פוּן פוּפְצְן הֶערְלִיכֶע קוּנְטְרֵסִים וָואס רֶעדְט אִיבֶּער וִויאַזוֹי אַ מֶענְטְשׁ קֶען פַארְרֶעכְטְן אַלֶעס אוּן זַיין הֵיילִיג, אוּן וִויאַזוֹי מֶען קֶען אַרוֹיסְקְרִיכְן פוּנֶעם פְּלָאנְטֶער פוּן עַבֵירוֹת ר"ל. 
אידישקייט איז שיין אַ הֶערְלִיכֶער שִׁיעוּר פוּן רֹאשׁ יְשִׁיבָה שְׁלִיטָ"א פַאר עֶלְטֶערְן, מְחַנְּכִים אוּן מְחַנְכוֹת, פוּל מִיט חִיזוּק אוּן עֵצוֹת וִוי אַזוֹי אַרַיין צוּ בְּרֶענְגֶען אִין דִי קִינְדֶער אַ גֶעשְׁמַאק אִין אִידִישְׁקֵייט, זֵיי זָאלְן וִויסְן אַז 'אִידִישְׁקֵייט אִיז שֵׁיין', אוּן וֶוער עֶס גֵייט אִין דִי וֶועגְן פוּן דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה הָאט אַ זִיסֶע לֶעבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶער וֶועלְט.
א שיינע חתונה עֵצוֹת אוּן חִיזוּק וִוי אַזוֹי אַ מֶענְטְשׁ קֶען זוֹכֶה זַיין צוּ פִירְן זַיינֶע קִינְדֶער אוּנְטֶער דִי חוּפָּה מִיט שִׂמְחָה אוּן גֶעשְׁמַאק, אוּן שֶׁעפְּן פוּן זֵיי אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת.
סעט משניות ששה סדרי משנה עם פירוש רבינו עובדיה מברטנורא, ועיקר תוספות יום טוב.
איינער פארשטייט מיך אַנְטְפְּלֶעקְט אַז אֵיינֶער פַארְשְׁטֵייט דִיר יָא, אוּן אַז דוּ קֶענְסְט מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטֶענְ'ס הִילְף אַרוֹיסְגֵיין פוּן יֶעדְן פְּרָאבְּלֶעם.
ליקוטי מוהר"ן שיינע גרויסע אותיות, הארטע דעקל.
די טעג פון בין הזמנים וַוייזְט דִי וֶועג פַאר בָּחוּרִים וִוי אַזוֹי אוֹיסְצוּנִיצְן דִי טֶעג פוּן בֵּין הַזְמַנִים, אוּן צוּ וִויסְן אַז דִי אֶמֶת'ע בֵּין הַזְמַנִים אִיז נָאר בֵּין מִיתָה לִקְבוּרָה. 
לוח ברסלב תשפ"ב לשון הקודש מיט שיינע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע לויטן זמן פון יאר, אויפצופלאמען דאס הארץ צום אייבערשטן. מיט זמנים פאר יעדן טאג: עלות, נץ, סו"ז קרי"ש ותפלה שקיעה און ר"ת. מיט די שיעורים פאר יעדן טאג: בבלי, ירושלמי, תוספתא, נ"ך און רמב"ם.
תיקוני זוהר מנוקד געדרוקט מיט שיינע גרויסע אותיות, און איינגעטיילט לויט די טעג פון ר"ח אלול ביז יום כיפור. (עיין שיחת הר"ן רצ"ד)
ששה סדרי תוספתא מיט א הערליכע דרוק - דפוס קרן הדפסה היכל הקודש, מנוקד (נוסח הגר"א) - מוהרא"ש זאגט אז דורכן לערנען ב'בלי י'רושלמי ת'וסתפא, איז מען זוכה צו קויפן א "בית נצחי" - א הויז אויף יענער וועלט. אזוי אויך איז עס מסוגל צו האבן אן אייגענע הויז דא אויף דער וועלט.
לקוטי עצות געשריבן דורכן הייליגן רבי נתן זי"ע. א שיינע געשמאקע דרוק.
חיי מוהר"ן די לעבנ'ס געשיכטע פון הייליגן רבין. געשריבן דורכן הייליגן רבי נתן.
ספר המידות אויף וואס הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט: "דער ספר האט מיר געמאכט פאר א איד"
ימי מוהרנ"ת דאס לעבנ'ס געשיכטע פון הייליגן רבי נתן. וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן, און ווי ער איז נתקרב געווארן צום הייליגן רבין, און וואס עס איז אלץ דורכגעגאנגען במשך זיין לעבן, אזוי אויך פילע מעשיות און עפיזאדן פון הייליגן רבין.
ליקוטי תפילות געשריבן דורכן הייליגן רבי נתן געבויעט אויף די תורות פון הייליגן רבין. תפלות וואס עפענט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, תפילות וואס מען טרעפט זיך דערין, און מאכט שפירן נאנט צום אייבערשטן, וואס קען מיך און וועט מיר העלפן.
לייט אף אמונה דער ערשטער באנד פון עצתו אמונה איבערגעטייטשט אויף ענגליש.