פילע נייע ספרים און קונטרסים קומען כסדר ארויף אויפן וועבסייט, דא וועלן מיר אויסרעכענען עטליכע.
 
ליקוטי תפלות על פי נושאים - די הארציגע תפלות צום אויבערשטן געשריבן דורך רבי נתן, ווען איינער זוכט א תפלה וואס רעדט צו זיין הארץ אויף א געוויסע נושא, זאל עס זיין קינדער, פרנסה, שידוכים, הצלחה, געזונט און אזוי ווייטער קען מען אין דעם ספר טרעפן וואס ער זוכט, און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אויבערשטן מיט די לויטערע תפלות פון רבי נתן. הארטע דעקל, הערליכע שיינע דרוק פאר בלויז $12.49.
 
תחמל - א ספר וואס שעטלט צוזאים חומש, תהלים, ליקוטי מוהר"ן איינגעטיילט לויט די טעג צו ענדיגן במשך א יאר. הארטע דעקל, הערליכע דרוק, פאר בלויז $7.99
 
ליקוטי עצות, אידיש - דער הערליכער ספר ליקוטי עצות, וואס איז עצות אויפצואוועקן א איד צום אויבערשטן ארויסגענומען פון די ווערטער פון הייליגן רבין געשריבן דורך רבי נתן, איז דא איבערגעטייטשט אויף א היימשע געשמאקע אידיש. הארטע דעקל, הערליכע שיינע דרוק פאר בלויז $30.49
 
משיבת נפש מיט א ביאור אויף אידיש - דער הערליכער ספר וואס כשמו הוא כן הוא א ספר וואס רעדט צום נשמה פון א איד און וועקט אים אויף צום תכלית, געשריבן דורכן גרויסן ברסלבער חסיד הרה"ח ר' אלטר טעפליקער זי"ע מיט א ביאור אויף אידיש אויפן דף. הערליכע שיינע דרוק, הארטע דעקל. צו באקומען אין צוויי מאסן, די קליינע איז פאר $18.49 און די גרעסערע איז $24.49.
 
תהלים עם שמות הצדיקים - דער גאנצער ספר תהלים און דערנאך דער ספר שמות הצדיקים וואס דער רבי האט געזאגט איז א גרויסע סגולה צו זאגן, מיט גאר שיינע גרויסע לעכטיגע אותיות, און א הארטע דעקל פאר בלויז $15.49.
 
סיפורי מעשיות - די דרייצן הערליכע מעשיות וואס דער רבי האט פארציילט און געזאגט אז עס וועקט אויף א מענטש פון שלאף מיט גרויסע קלארע אותיות, געשריבן סיי אינעם רבינ'ס לשון אויף אידיש, און סיי אין רבי נתן'ס לשון אויף לשון הקודש, הארטע דעקל פאר $24.49
 
עצות המבוארות - חיזוק און עצות אין פילע נושאים אין עבודת ה' ארויסגענומען פונעם רבי'נס ספרים, געשריבן דורך הרה"ח ר' שמעון בארסקי זי"ע, געדרוקט אין שיינע גרויסע אותיות, מיט א הארטע דעקל פאר בלויז $15.49.
 
ליקוטי תפלות לזמני השנה - די הייליגע תפלות פון רבי נתן מסודר לויט די צייטן און ימים טובים, ווען מען זוכט א תפלה אויף פורים, פסח, שבת, ראש השנה און אזוי ווייטער וועט מען עס דא בעז"ה גרינג טרעפן און קענען זיך גוט אויסבעטן ביים אויבערשטן אלעס וואס מען דארף, הערליכע שיינע אותיות, הארטע דעקל פאר בלויז $15.99.
 
קיצור ליקוטי מוהר"ן - א תמצית פון די הייליגע תורות עצות און חיזוק פונעם ספר ליקוטי מוהר"ן, געשריבן דורך רבי נתן זי"ע, געדרוקט מיט שיינע אותיות, און א הארטע דעקל. צו באקומען אין צוויי מאסן, די קליינע פאר $16.99 און די גרויסע פאר $18.49.
 
דאס איז נאר א קליין חלק פון די פרישע ספרים. דרוקט דא צו זען אלע ספרים אויסגעשטעלט לויט די סדר ווען עס איז צוגעקומען צום וועבסטייט, און זייט אייך מחיה פון די ריזיגע אויסוואל פון ספרים, קונטרסים קארטלעך און נאך וואס מען קען דא באקומען.
 
אויסער דעם שלאפט נישט דער קרן הדפסה, מען דרוקט און מען פארשפרייט די פילע ביז יעצטיגע ספרים און קונטרסים, אזוי אויך גייט מען אריין כסדר אין פילע נייע פראיעקטן אויף וואס מיר האפן צו באריכטן אין א צווייטע געלעגענהייט, צווישן אנדערע האט מען געמאכט א הערליכע דעקל פאר די ענלישע לייט אף אמונה, אויפן זעלבן שטייגער ווי מ'האט געמאכט אויף די וועכענטליכע עצתו אמונה, די מעשה'לעך פאר קינדער 1 און 2 גייען צום דרוק, אזוי אויך די קאלערינג בוך 2 (וואס מען האט הערליך איבערגעמאכט דעם דיזיין) גייט שוין צום דרוק, און דער קונטרס "שפתי תפתח" סימן ג' קומט שוין ארויס.