אין די יעצטיגע צייט פון הסתרת פנים, ווען דער אייבישטער כביכול באהאלט זיך, און וויל מען זאל אים אויפזוכן, שיקט דער אייבישטער אין די זעלבע צייט זה לעומת זה, די גרויסע צדיקים אין יעדן דור וואס זענען מפרסם און מגלה דעם אייבערשטן אויף אלע מיני אופנים וואס נאר מעגליך.
אין אונזער דור האבן מיר געהאט דעם צדיק מוהרא"ש, וואס איז זיין גאנץ לעבן ארום געגאנגען מיט די איינע מחשבה: "וואס קען איך טון אז נאך א איד זאל לעבן מיטן אייבערשטן? אז נאך איינער זאל אויך באקומען דעם גן עדן נאך אויף דער וועלט?" פאר דעם צוועק האט זיך מוהרא"ש אוועקגעגעבן זיין גאנצע לעבן און איז געזיצן און געשריבן אן א שיעור ספרים, קונטרסים, בריוון, אלעס מיט דעם ציל, אז מען זאל טרעפן דעם אייבערשטן, יעדער אין זיין לעבן.
מוהרא"ש האט געשריבן קונטרסים און ספרים אויף יעדן נושא וואס מ'קען נאר טראכטן. אזוי אז די ספרים רעדן צו יעדעס אידיש קינד אין יעדן מצב.
דער "קרן הדפסה היכל הקודש", וואס זייער ציל איז צו גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש, דרוקט כסדר איבער נאך און נאך ספרים און קונטרסים, און ווי נאר די ספרים ווערן פריש אוועליבל אויפן מארקעט, ווערן זיי תיכף ארויפגעלייגט אויפן "ברסלב סענטער געשעפט" עס זאל זיין צו באקומען פאר אלעמען איבער די גאנצע וועלט.
אין די לעצטע צייט האט מען זיך גענומען מיט א פרישע אייפער און ברען איבערצודרוקן די פילע קונטרסים פון מוהרא"ש וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן אין אידיש, ענגליש, לשון הקודש און נאך.
בלויז אין די לעצטע טעג זענען צוגעקומען פילע פרישע קונטרסים אויפן וועבסייט וואס ווערן פארקויפט פאר בלויז איינס און א האלב - צוויי דאלער. צווישן זיי: 
📚 Match Made in Heaven
📚 A Voice Calls Out To G-d
📚 חנוכה שמח
📚 תקון שובבי"ם
📚 דערשרעק זיך נישט
📚 דער הייליגער רבי נתן
📚 פורים שמח
📚 שמחת פורים
 
כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים
📰 ברסלב סענטער געשעפט "דעליווערי בחנם" ארדערס העכער 35 דאלער