דאס שווארץ אפל פון היכל הקודש דער בארימטער "קרן הדפסה" שלאפט נישט, מען דרוקט און מען דרוקט טאג און נאכט. מען פרובירט נאכצוקומען דעם גרויסן פארלאנג. געלויבט דעם אייבערשטן אז עס זענען אויפגעשטאנען א פרישע דור פון מפיצים, אנגעהויבן פון די אינגעלייט, גאר אסאך בחורים תלמידי הישיבה און אפילו די קינדער פון חדר אלע ווילן איין זאך, האבן די זכיה צו מפיץ זיין די ליכטיגע דיבורים פון הייליגן רבין, דורך די קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן.
 
אויסער דעם וואס די אלע קונטרסים ווערן כסדר איבערגעדרוקט, בפרט פאר יעדע יום טוב אדער סעזאן ווערן די פארשידענע ספרים און קונרסים וואס זענען נוגע צו יענע זמן פריש איבער געדרוקט, אזוי אויך ווערן די קונטרסים פולקאם איבער געפרישט פון צייט צו צייט סיי פון אינעווייניג און סיי די דעקלעך פון דרויסן אז עס זאל זיין שיין לעכטיג און געשמאק צו לערנען דערין. מוהרא"ש האט געשריבן אזויפיל קונטרסים, אז וויפיל מען זאל נאר דרוקן האט מען נאך אפילו נישט אנגעהויבן. אין די זעלבע צייט דרוקט מען אין עטליכע שפראכן, די קונטרסים האט האט מוהרא"ש האט אליינס געשריבן מיט זיין הייליגע שפראך אין לשון הקודש, און מען טייטשט עס איבער בעיקר אויף אידיש און ענגליש, וואס דאס גייט דאס מערסטע דא אין אמערקיקע.
 
אין די יעצטיגע טעג איז ארויס פון גאנצע פאק פרישע קונטרסים פון דרוק וואס די מפיצים כאפן זיך צו דערצו און שפרייטן עס אויס, וואס מיט אייבערשטנ'ס הילף וועט עס באלייכטן נאך פילע אידישע שטיבער, זיי וועלן זען וויאזוי מען קען גרינגערהייט דורכגיין דאס לעבן מיטן אייבערשטן. זיי וועלן וויסן וויאזוי מען קען זיך דורכקומען און זיך ליב האבן אינדערהיים, מען קען ערציען קינדער אויף א פריילכע און ערליכע פארנעם, און אז דער אייבישטער האט דיך נאך אלץ ליב טראץ אלעס וואס איז געווען. און אזוי ווייטער.
 
די פאלגענדע קונטרסים זענען נארוואס ארויסגעקומען: 
Don't Complain
From Bitter To Sweet 
Make Your Marriage Work
No Longer Alone
שאקלען לולב
Illusions
יום טוב סוכות
די זיסקייט פון תמימות
אין שאטן פון די סוכה
א ברסלבער חסיד
שמחה איז די גרעסטע זאך
א צופרידן לעבן
א גאנצע אמונה
הפצה קארטלעך - עצות און חיזוק
חיי מוהרא"ש (הנחה $5.00)
מעשה'לעך פאר קינדער #1