ווי שוין באריכטעט גרייטן זיך אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש מיט גרויס פרייד צום געהויבענעם "שבת התוועדות" וואס וועט פארקומען מוצש"ק פרשת פקודי, ראש חודש אדר ב', אינעם פּראַכטפולן "קראַון פּלאַזאַ האָטעל" אין סטעמפאָרד קאָנעטיקוט - צום גרויסן שמחה פון אנשי שלומינו וואס זענען ברוך השם זוכה און לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, אפגעזען אין וועלכע אומשטענדן דער אייבישטער האט אים אריינגעלייגט, און זענען מסיים גאנץ סדר מועד על סדר הש"ס.
די עסקנים האבן אפּגעדונגען דעם גאַנצן האָטעל מיט אלע צימערן, פון וואס פילע צענדליגע זענען שוין געווארן אויסגעכאפט אין די קורצע וואך זינט מען האט מפרסם געווען די נייעס איבערן געהויבענעם שבת.
אנשי שלומינו ווערן געבעטן מען זאל זיך צואיילן און בוקן א צימער, ווייל ווי עס זעט אויס וועט נישט זיין גענוג צימערן צו אקאמאדירן אלע וואס ווילן זיך באטייליגן, און בפרט אז מען וויל צוערשט געבן די געלעגענהייט פאר אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש זאלן קענען ארויסנעמען א צימער, בעפאר מען עפענט אויף די בוקינגס פארן ברייטן ציבור וואס וויל אויך האבן די זכיה מיטצוהאלטן אזא שיינעם און געהויבענעם שבת אינאיינעם מיטן ראש ישיבה.
צוליב דעם גרויסן פארלאנג פון אנשי שלומינו תושבי ארץ הקודש, וואס ווילן נישט פארפאסן אזא שיינעם "שבת התוועדות" מיטן סיום דערנאך, האט דער באקאנטער רייזע אגענטור "פּלען איט רייט" ערלעדיגט בס"ד גאר א גוטע פלייט פון ארץ ישראל קיין ניו יארק פאר גאר א גוטע פרייז. פאר מער פרטים קען מען רופן מו"ה אלי קנאלל אויף 718-506-4341‬.
ווי שוין איבערגעגעבן ווערט צוגעגרייט בעז"ה א הערליכע שבת ווי מען וועט פארברענגען בשבת אחים, דאווענען אינאיינעם, עסן די סעודות שב"ק און זינגען זמירות שב"ק, הערן דרשות התחזקות, פון וואס מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסנעמען התחזקות און כח אנצוגיין פאר זיך פאר די בני בית און די קינדער פאר א לאנגע צייט.

ביז שבת חנוכה איז דא אן "עירלי ביורד ספעשל" פון $985 פאר א קאפל. צו באשטעלן רופט מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070