צווישן די פילע ספרים קונטרסים און סידיס אויפן ברסלב סענטער וועבסייט שטארט ארויס אן אייגענארטיגע קאלעקשאן פון "הפצה קארטלעך", במשך די לעצטע יארן ערשיינט כסדר נייע און פרישע קארטלעך מיט וואס די מפיצים פלעגן ארומגיין און פארשפרייטן צווישן אידן.
 
די וועלט בלייבט נישט שטיין. דער בעל דבר ארבעט אויף קעסל און כלים אריינצושלעפן אידן אין זיין נעץ, זה לעומת זה עשה אלקים, דער אייבערשטער האט אראפ געשיקט דעם הייליגן רבין וואס האט די עצות און מיטלען זיך צו שלאגן מיטן סמ"ך מ"ם, און זיינע תלמידים די הייליגע מפיצים רוען אויך נישט. פאר עטליכע אינגעלייט פון אנשי שלומינו איז בייגעפאלן א געדאנק צו מאכן פארשידענע "קארטלעך", די מפיצים וועלכע גייען ארום און פארטיילן עס פון מענטש צו מענטש זאגן אז דאס האט שוין געראטעוועט אומצאליגע אידישע קינדער פון אריינפאלן אין טיפן אפגרינד ר"ל.
 
צוליב די גרויסע פארלאנג, האט דער "ברסלב סענטער געשעפט" ארויפגעלייגט א שיינע קאלעקשאן פון "הפצה קארטלעך", וואס ווערט כסדר אפדעיטעד מיט פרישע ווערסיעס, מיט וואס פילע אידן פון איבער די וועלט זענען זיך מחיה ווען זיי קענען עס באשטעלן אויפן וועבסייט, און עס באקומען צוגעשיקט צו זייער טיר פאר די מינימאלע פרייז פון $2.99 א פעקל פון 100 הערליך קאלירטע ציענדע קארטלעך.
 
די קארטלעך זענען געמאכט פאר פארשידענע צייטן, אדער מענטשן, עס זענען דא קארטלעך פאר פסח, און פורים, אזוי אויך א קארטל פאר פרויען, א קארטל אויף ענגליש, און עטליכע קארטלעך וואס איז גוט פאר יעדעם א גאנץ יאר.
 
קלויבט אייך אויס וואס איר דארפט און באקומט עס דעליווערט צום טיר בעזרת השם.
 
💳 א ברסלבע חסיד ווערט נישט נערוועז פון זיין ווייב
💳 א ברסלבע חסיד הייבט אויף די טעלעפאן ווען זיין ווייב רופט
💳 א ברסלבע חסיד רעדט שיין צו זיין ווייב
💳 זיך גט'ן איז נישט די עצה
💳 א כשרן פסח
💳 פורים אויף קול ברסלב
💳 הפצה קארטלעך פאר פרויען
💳 זייט אייך מחיה - עצתו אמונה
 
💳 ענגליש חיזוק יומי קארטל