די "25 מיליאן פרוטה'לעך" קאמפיין, גייט שוין אן מיט'ן פילן שוואונג זיך צוזאמצונעמען אינאיינעם ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיין הייליגע ארבעט. אנשי שלומינו האבן זיך אנגערופן גאר ווארעם צום קאמפיין, מיט'ן נעמען א ציל אריינצוברענגען א געוויסע סומע צום קאמפיין. אינגעלייט שפרין אז זיי זענען שולדיג א גרויסער חוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס וואס זיי באקומען פון אים כסדר, און יעצט קענען זיי אביסעלע ארויסווייזן אן הכרת הטוב מיט'ן אים העלפן קענען ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש מיט א רואיגקייט אן צו דארפן שלעפן דעם שווערן לאסט פון חובות.
דער קאמפיין וועט לויפן אין אן אפשניט פון בלויז 36 שעה, דעם קומענדיגן כ"ט און ל' סיון, וואס קומט אויס קוים אין א וואך ארום, זונטאג און מאנטאג פרשת קרח ]אין ארץ ישראל פרשת חקת[, ווען אידישע קינדער וואס האבן געפיל צו די געוואלדיגע פעולות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן זיך אנשטרענגען און זיכער מאכן אז מ'זאל אנקומען צום ציל. פילע אינגעלייט ווארטן נישט אויף די לעצטע מינוט, נאר ברענגען שוין יעצט אריין גרעסערע סכומים פאר'ן קאמפיין.
פאר'ן בלויזן סכום פון 36 $פאר'ן קאמפיין גייט מען אריין אין א ראפפעל צו געווינען 000,25 $ קעש, וואס וועט ווערן אויסגעראפפעלט אינעם נאכט פונעם קאמפיין.
זונטאג נאכט ביים קאמפיין וועט פארקומען קלענערע טיי אוונטס אין אלע היימישע געגענטער, וואו אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאמנעמען אינאיינעם אנצורופן זייערע קרובים און באקאנטע זיי מזכה צו זיין ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות. פרטים איבער די טיי אוונטס וועט געמאלדן ווערן קומענדיגע וואך אי"ה.
אויך די פרויען פון אנשי שלומינו האבן זיך צוזאמגענומען פאר די פרויען פארטי וואס וועט פארקומען דאס יאר אויפ'ן טעלעפאן, אלע פרויען זענען פארנומען צו רופן יעדן וועם זיי קענען, אריינצוברענגען ווי מער געלט פאר די הייליגע מוסדות, טייערע פרייזעס און גורלות וועלן זיין ביים טעלעפאן-פארטי פאר די וואס געבן א מינעמאלן סומע פאר די פארטי.
מיר אלע ווייסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, און פאר אזויפיל אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט, די שיעורים, ניגונים, בריוו, פונעם ראש ישיבה שליט"א קומען אן צו יעדן פארשטעקטן ווינקל איבער די אידישע וועלט, אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער קומען צום אייבערשטן, שטארקן זיך אין אידישקייט, יעדער אויף זיין דרגה, מיט די ווארעמע חיזוק ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין צוגאב צום גרויסן נעץ פון מוסדות התורה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעשטעלט, אז די קינדער, בחורים, און אינגעלייט, זאלן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און קענען זיין ערליכע אידן נאמנים לה' ולתורתו.
ווי פארשטענדליך ציעט דאס אריין אין אומגעהויערע הוצאות וואס איז זייער שווער נאכצוקומען. און יעצט דארף דער ראש ישיבה שליט"א צוקומען צו אונזער הילף ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש.
ווער ס'וויל ארויסהעלפן מיט'ן קאמפיין, נעמען א ציל וויפיל פרוטות ער וויל אריינברענגען, אדער צו מנדב זיין פאר'ן קאמפיין, קען מען זיך פארבינדען צום קאמפיין אפיס, דורכ'ן רופן דעם קול ברסלב טעלעפאן ליין, און דרוקן נומער 8.
ביים "קאמפיין אפטיילונג" אויף "קול ברסלב" קען מען אויך הערן די "חיזוק רופן" וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס אנגעהויבן צו שיקן טעגליך א קורצע מעסידזש פאר אנשי שלומינו, מיט חיזוק פאר'ן טאג. ווי אויך קען מען דארט הערן אלע אנטוויקלונגען פונעם קאמפיין, און נאך.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האפן מיר אז דער קאמפיין וועט געקרוינט ווערן מיט הצלחה, צו קענען אביסל פארגרינגען די שווערע לאסט וואס הויערט אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א צו קענען דעקן די פילע הוצאות.
פרוטה ופרוטה מצטרפת!