פינף און צוואנציג מיליאן פרוטהלעך קאמפיין כ"ט - ל סיון הבעל"ט
יז סיון תשפ 📝
אין די יעצטיגע טעג הויבט מען זיך אן גרייטן צום "25 מיליאן פרוטה'לעך" קאמפיין, זיך צוזאמצונעמען אינאיינעם ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיין הייליגע ארבעט.
מיר אלע ווייסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, און פאר אזויפיל אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט, די שיעורים, ניגונים, בריוו, פונעם ראש ישיבה שליט"א קומען אן צו יעדן פארשטעקטן ווינקל איבער די אידישע וועלט, אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער קומען צום אייבערשטן, שטארקן זיך אין אידישקייט, יעדער אויף זיין דרגה, מיט די ווארעמע חיזוק ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין צוגאב צום גרויסן נעץ פון מוסדות התורה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעשטעלט, אז די קינדער, בחורים, און אינגעלייט, זאלן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און קענען זיין ערליכע אידן נאמנים לה' ולתורתו.
ווי פארשטענדליך ציעט דאס אריין אין אומגעהויערע הוצאות וואס איז זייער שווער נאכצוקומען. און יעצט דארף דער ראש ישיבה שליט"א צוקומען צו אונזער הילף ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש.
דעריבער איז יעצט פראקלאמירט געווארן דער פרישער קאמפיין, מיט'ן ציל אריינצוברענגען "25 מיליאן פרוטה'לעך" פאר די הייליגע מוסדות, פרוטה ופרוטה מצטרפת, אז יעדער וועט צולייגן א האנט אריינצוברענגען כאטש וויפיל ער קען, וועלן זיך צוזאמנעמען די אלע פרוטות לחשבון גדול.
דער קאמפיין וועט לויפן אין אן אפשניט פון בלויז 36 שעה, דעם קומענדיגן כ"ט און ל' סיון, וואס קומט אויס זונטאג און מאנטאג פרשת קרח ]אין ארץ ישראל פרשת חקת[, ווען אידישע קינדער וואס האבן געפיל צו די געוואלדיגע פעולות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן זיך אנשטרענגען און זיכער מאכן אז מ'זאל אנקומען צום ציל.
ווער ס'וויל ארויסהעלפן מיט'ן קאמפיין, נעמען א ציל וויפיל פרוטות ער וויל אריינברענגען, קען זיך פארבינדען צום קאמפיין אפיס, דורכ'ן רופן דעם קול ברסלב האטליין, און דרוקן נומער 8.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האפן מיר אז דער קאמפיין וועט געקרוינט ווערן מיט הצלחה, צו קענען אביסל פארגרינגען די שווערע לאסט וואס הויערט אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א צו קענען דעקן די פילע הוצאות.
פרוטה ופרוטה מצטרפת!