א שרעקליכע טראגעדיע האט פאסירט דעם פארגאנגענעם פרייטאג אין מאראקא, ווען א קאר וועלכע האט געטראגן מיט זיך פינף טייערע אידן פון שטאט צפת, אינטערוועגנס אויף קברי צדיקים, איז געווען פארמישט אין א שווערע עקסידענט, און ליידער זענען אלע פינף אומגעקומען רחמנא ליצלן.
 
די שווערע נייעס האט אויפגעציטערט יעדעס אידיש הארץ, אויף די טייערע אידישע קרבנות וואס זענען אזוי טראגיש און פלוצים אוועקגעריסן געווארן פון די וועלט. אין א בריוו האט א איד אנגעפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי מען קען זיך שטארקן אין אזא שווערע מצב, ווי אזוי קען מען זיך טרייסטן אין א צייט וואס דאס הארץ צאפלט פאר די טייערע נפטרים ז"ל. "דעם פארגאנגענעם פרייטאג" שרייבט דער איד פארן ראש ישיבה שליט"א, "זענען אזוי טראגיש אומגעקומען פינף טייערע אידן פון שטאט צפת, אין א שרעקליכן עקסידענט אין מאראקא. איך פלעג דאווענען זיי אין איין בית המדרש, איך האב זיי גוט געקענט און זיך געטראפן מיט זיי יעדן טאג, און איך בין געווארן שרעקליך צעטראגן און צעבראכן פון די שוידערליכע טראגעדיע. איך מוז האבן חיזוק אנצוגיין, איך האב נישט קיין מח צו קיין שום זאך, איך שפיר ווי איך קען גארנישט טון מער. אלע אידן אין צפת זענען שרעקליך צעבראכן פון די מעשה, פרייטאג האבן דא מענטשן געוויינט אויפ'ן גאס. אין מקוה האב איך געהערט ווי איינער פרעגט דעם צווייטן ווי אזוי מען וועט קענען זיין פרייליך דעם שבת, און יענער האט אים געענטפערט, "מען קען נעמען עפעס א גרינע זאך, אדער קען מען זיך אנטרינקען מיט אלקאהאל", איך נעם נישט ביידע זאכן ברוך ה'. מוצאי שבת בין איך אריבער קיין מירון און זיך אויסגעוויינט דאס הארץ ביים ציון פון רבי שמעון בר יוחאי, מיר האט מען אויסגעלערנט אז ווען עס דרוקט אויפ'ן הארץ גייט מען צו א ציון פון א צדיק און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ, אבער עס איז מיר נאכאלץ זייער שווער. איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר עפעס מחזק זיין. יישר כח".
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אים צוריק "די הייליגע חכמים זאגן (שבת קו.): "אחד מבני חבורה שמת תדאג כל החבורה כולה", ווען איינער פון די חבורה גייט אוועק פון דער וועלט דארפן אלע תשובה טון; אריינכאפן גוטע זאכן, מצוות ומעשים טובים, וואס מען וועט מיט נעמען אויף אייביג.
 
מוהרא"ש זאגט, ווען מען הערט די נייעס אז דער איז געשטארבן, יענער איז געשטארבן – זענען דא מענטשן וואס טראכטן 'עס איז דא א חברה של מתים', א חברה שטארבערס, אנשטאט תשובה טון און טראכטן 'ווער ווייסט ווער איז דער קומענדיגער אין די רייע? בין איך אין די רייע?' טרייבט מען אוועק די מחשבות, און מען טראכט 'די זאכן פאסירן נאר מיט די חברה שטארבערס. אזוי ווי
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם, לא:) אויפן פסוק (תהלים מד, יד): "זה דרכם כסל למו", דאס איז זייער נארישע וועג, זיירעדן פון שטארבן אבערזיי טראכטן אז דאס האט נישט מיט זיי.
 
וואויל איז דער מענטש וואס ווען מען הערט וואס פאסירט אויף דער וועלט טוט מען תשובה, און מען הויבט אן לעבן מיט תכלית. אזוי ווי עס שטייט )קהלת ז, ב(: "טוב ללכת אל בית אבל" עס איז גוט צו גיין מנחם אבלזיין, "מלכת אל בית משתה", ווי צו גיין צו חתונות, "באשר הוא סוף כל האדם", אזוי פארשטייט מען וואס איז דער סוף פונעם מענטש, "והחי יתן אל לבו", און מען טוט תשובה.
 
זע צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה, און זיי זיך מתבודד. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוואוסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".
 
די נעמען פון די טייערע אידן זענען ר' נתן שפירא ע"ה, ר' שמעון תפילינסקי ע"ה, זיין ברודער הב' יוסף חיים ע"ה, הב' משה גאלאנט ע"ה, און הבח' ישראל מאיר שאשא ע"ה.
 
תהא נשמתם צרורה בצרור החיים