אין שטעטל בלומינג גראוו בשכינות פון קרית יואל, איז פארהאן א לעכטיג ווינקל, ווי אלע אינעם געגענט ווייסן, אז סיי ווען מ'דארף נאר א גוט ווארט, מ'זוכט צו שעפן אמונה יראת שמים דארף מען בלויז צוגיין צום שיינעם ביהמ"ד ברסלב היכל הקודש בלומינג גראוו אויף 24 מעריוואוד לעין, ווי מ'וועט אריינבלאזן אין זיי א נייע גייסט, און זיך אויפפרישן נאכאמאל צוריק צוקומען צום אייבערשטן און ווידער אנהייבן פון יעצט.
דעם שבת קודש פרשת ואתחנן העבר עלינו לטובה - קנאפע צוויי יאר נאכדעם וואס די טויערן פונעם ביהמ"ד האבן זיך געעפענט - איז אפגעצייכענט געווארן דער פינפטער קידוש גענצליך בחנם, ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז אייביג אויס, אז עס איז א שאד אויסצוגעבן אידיש געלט פאר כבוד המדומה, און איז מעורר אז מ'זאל ענדערש אויסגעבן דאס געלט פאר צדקה, מצוות און מעשים טובים וואס דאס נעמט מען מיט לנצח נצחים, און נישט פארפאטשקען די יארן צו ארבעטן פאר טייערע שמחות.
דעפאר פראוועט מען דארט די שמחות מיט נישט ווייניגער פרייד און שמחה ווי דער וואס געבט אויס א פארמעגן און פאר'חוב'עצט זיך דערפאר, אבער אן די אלע נארישע ספענדערייען.
 
דער קידוש קומט פאר אויף קעיק און טשאלענט וואס ווערט סייווי געגעבן אין ביהמ"ד יעדע וואך שבת קודש נאכן דאווענען בהתנדבות פון די מתפללי בית המדרש, ווען דערביי לערנט מען פאר די הייליגע מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט, מיט די הקדמות וואס מוהרא"ש ז"ל האט אונז אראפגעברענגט, וואס פון דעם לערנט מען זיך ארויס גוטע עצות וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן און האבן א גוטע לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.