פינפטער באנד "ותחיין את הילדים" ווערט שוין גרייט צום דרוק
כג חשון תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
עס הערשט א פרייליכע שטימונג אינעם 'קרן הדפסה' פון היכל הקודש, האלטנדיג שוין ביי די לעצטע הכנות ארויסצוגעבן דעם פינפטן באנד פונעם באליבטן ספר "ותחיין את הילדים" – א רייכע זאמלונג פון די הערליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס איז פיל מיט עצות און חיזוק פאר עלטערן, מלמדים און מחנכים, וויאזוי מחנך צו זיין אונזערע קינדער אויפן ריכטיגן וועג.
ווער עס האט נאר אמאל אריינגעקוקט אין די פריערדיגע בענדער, ווייסט שוין אליין פון וואס מ'רעדט. דאס איז נישט קיין ספר וואס מ'שטעלט אוועק אין שאנק בלויז צו באצירן דאס שטוב; דאס איז א ספר וואס ליגט כסדר אויפן טיש – א ספר וואס מ'עפנט יעדן טאג כדי צו זיין גרייט צו וויסן וואס צו טון אין יעדן מצב. סיי ווען א קינד קומט אהיים צובראכן פון חדר, און סיי ווען מ'וויל פשוט וויסן וויאזוי צו געבן א גוט ווארט, זאל מען וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין ריכטיג.
דער ראש ישיבה שליט"א האט א מהלך וואס איז אזוי פשוט און דאך מורא'דיג טיף: מ'קען נישט צווינגען א קינד צו וואקסן – מ'דארף אים באגיסן מיט ליבשאפט, מיט סבלנות, און מיט א ווארעם ווארט, טאג איין טאג אויס. פונקט ווי א ביימעלע וואס באקומט וואסער אין די ריכטיגע צייט וואקסט אויס שיין און שטארק, פונקט אזוי איז ביי א קינד וואס מ'האט ריכטיג מחנך געווען און אים אויסגעלערנט פון קליינווייז אן צו וויסן אז דער אויבערשטער איז שטענדיג מיט אים; ער וואקסט אויס בס"ד א נחת פאר די עלטערן און ברענגט שיינע פירות.
היינט צוטאגס לעבט מען אין א וועלט וואו יעדער האט א מיינונג און יעדער טיילט עצות; די גאנצע וועלט איז פול מיט אזוי-גערופענע "מומחים" און "קורסן" איבער "פערענטינג", אבער וואס מער מען הערט די אלע לעקציעס און קורסן, אלץ מער צעמישט ווערט מען.
דאס איז דער סוד פארוואס די באקאנטע ספרים "ותחיין את הילדים" פונעם ראש ישיבה ווערן אזוי שטארק אויפגעכאפט איבער דער גאנצער וועלט. דער עולם ווייסט און פילט אז דאס איז א ספר וואס יעדעס ווארט דערין איז געבויט אויף ריינע מקורות – פון דער תורה הקדושה, פון חז"ל און פון די ספרים הקדושים – און אלעס איז הערליך צוגעפאסט צום היינטיגן דור מיט קלארע און פראקטישע מהלכים וואס ארבעטן טאקע למעשה ביי יעדן אין שטוב.
ברוך השם, נאך פיר הערליכע בענדער וואס זענען צוכאפט געווארן איבער דער גאנצער וועלט, קומט יעצט ארויס לאור עולם דער פינפטער באנד, פול מיט פרישע שיעורים, נאך עצות און ספעציעלע חיזוק פאר יעדן וואס טראגט אויף זיך די הייליגע אחריות פון חינוך. דער באנד וועט בעז"ה אריינגיין אין טויזנטער אידישע שטובער און ברענגען א זיסן און געזונטן חינוך פאר צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער.
עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פארן נדבן המהדורה, וועלכער איז אנטקעגן געקומען די קרן הדפסה און אפגעקויפט דעם זכות פונעם גאנצן באנד, וואס וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת יוסף הכהן פריעדמאן". זיין חלק אין דעם הייליגן פראיעקט וועט אים זיכער באגלייטן און ביישטיין לעולם ועד.
פון די 31 פרקים וואס דער ספר פארמאגט, האבן שוין פופצן קלוגע אידן אויסגענוצט די געלעגנהייט און אפגעקויפט דעם זכות פון א גאנצן פרק, און זענען דערמיט געווארן פולע שותפים אין דעם הייליגן עבודת הקודש. יעצט איז די צייט פאר נאך אידן אריינצוכאפן: עס זענען נאך איבערגעבליבן בלויז זעכצן פרקים אוועילעבל. דער זכות פון א פרק איז $1,000, און מ'קען אויך אפקויפן א זכות אינעם ספר פאר $500.
רופט שוין יעצט דעם גבאי אויף 347-578-4449 צו פארזיכערן אייער חלק אין דעם ספר, וואס וועט בעז"ה צוכאפט ווערן מיט דורשט איבער די גאנצע וועלט. זאל אייך דער זכות פון מחנך זיין אידישע קינדער ביישטיין, איר זאלט זוכה זיין צו האבן אסאך אידיש נחת ביי אייערע אייגענע קינדער און אייניקלעך!
משקה הרים מעליותיו – מפרי מעשיך תשבע הארץ!
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com