פיר וואכן פונעם טראמפ 47 אדמיניסטראציע

כא שבט תשפ"ה 📝
שטייענדיג פיר וואכן אריין אין די צווייטע טראמפ טערמין אלץ זיבן-און-פערציגסטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז אינטערעסאנט צו באטראכטן וואס עס טוט זיך אין זיין אדמיניסטראציע.
די לעצטע נייעס וואס איז ארויסגעקומען פונעם ווייסן הויז זענען פאזיטיוו לטובת אחינו בני ישראל, צוויי עקזעקוטיווע באפעלן וואס דער פרעזידענט האט אונטערגעשריבן, איינס אז אינשורענס זאל באצאלן פאר דאקטאר באזוכן פאר מענטשן וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, און די צווייטע צו מבטל זיין די "קאנדזשעקטשאן פרייסינג טאלס" אריינצופארן קיין מאנהעטן.
בנוגע די מלחמה אין אוקריינא מיט רוסלאנד, וואס מיר זענען מתפלל אז דאס זאל זיך שוין ענדיגן וואס שנעלער, די נארישע מלחמה וואס ברענגט גארנישט אויסער טויט און פארניכטונג האט געברענגט אסאך שוועריקייטן צו קענען פארן צו קברי צדיקים, אנשי שלומינו האבן טאקע נישט געקוקט אויף די אלע שוועריקייטן, עס קאסט צייט געלט און כחות, אבער זענען מתפלל אז דער שוועריקייט זאל שוין אוועקגיין. באאמטע פון די טראמפ אדמיניסטראציע האבן זיך געטראפן אין סאודי אראביע מיט רוסישע באאמטע און האבן אנגעקניפט שטארקערע באציאונגען, דערנאך האט טראמפ שארף אטאקירט דעם אוקראינער פרעזידענט אים באשלודיגדיגן אין די מלחה, און אים רופנדיג א דיקטאטור וואס האט נישט קיין שטיצע פון זיינע בירגער, און דערפאר האט ער אפגעשטיפט די וואלן.
ביים גרעניץ זענען זאכן אסאך שטילער, טראמפ האט דערקערט אן "עמוירזשענסי צושטאנד" און געשיקט הונדערטער זעלנער צו באשיצן דעם גרעניץ, אין די זעלבע צייט זענען פארשיקט געווארן פילע פארברעכער אימיגראנטן צו זייערע היימלענדער, וואס דאס אלעס האט געשיקט א שטארקע מעסעדזש צו פאטענציאלע אימיגראנטן אז יעצט איז נישט די צייט. די סטאטיסטיקס ווייזן אן איבער נייציג פראצענט רעדוקציע אין פרישע אומלעגאלע אימיגראנטן אין פארגלייך צו די פאריגע חודש אונטער ביידען.
אין פילע אינדוסטריעס קראצן זיך די סוחרים די קאפ וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די פילע טאריפס וואס טראמפ לייגט ארויף אויף אימפארטן פון אנדערע לענדער, צווישן אנדערע איז ארויפגעלייגט געווארן טאריפס אויף כינע, אויף אימפארטירטע קארס, אויף שטאל און פארמאסיוטיקל אימפארטן. טראמפ טענה'ט אז אנדערע לענדער נעמען אדוועטענדזש אויף אמעריקאנער פרייע האנדלס פאליסיס, זיי העלפן זייערע ביזנעסער מאכן ביליגערע פראדוקטן, און נעמען הויכע שטייערן פאר פראדוקטן וואס קומען פון אמעריקע.
אינעם דאדזש אגעטור אנגעפירט דורך אילאן מאסק גייען זיין דורך אגענטור נאך אגעטור, זיי שניידן גרויסע שטיקער פון די רעגירונג, מאכן צו גאנצעטע אפטיילונגען, פארשיקן אומנויטיגע ארבעטער. די יו-עס עיד אגענטור איז געווען פון די ערשטע צו ווערן פארמאכט, מאסק האט געזאגט אז יו עס עיד איז נישט אן עפל וואס האט א ווארעם, נאר איז א קאנע פון ווערים, די אגענטור איז אנגענגאנען יארן לאנג אן דעם וואס איינער זאל זיך קימערן מיט וואס זיי טוען, און האבן געשיקט מיליאנען פאר פיינטליכע לענדער, נארישע צוועקן, און ליבראלע לינקע אקטיוויזם. לויט ווי די דאדזש אגעטור זאגט האבן זיי שוין געשפארט פאר די רעגירונג פינף און פופציג ביליאן דאלער, וואס איז בערך דריי פראצענט פון זייער ציל פון צוויי טריליאן דאלער. זיי זאגן אז דאס קומט אויס צו איבער דריי הונדערט פופציג דאלער פער שטייער צאלער.
ווען מען רעדט פון די נייעס אין די רעגירונג און מען הערט פון טראמפ, און מאסק, מען רעדט כאילו זיי זענען "מאכטפול", "רייך", "קלוג", אדער אפשר גאר פארקערט, זיי זענען "נאריש", "ווילד", "דיקטאטורן", דארפן מיר געדענקען אז דאס איז נישט די ווארהייט, דאס אלעס איז בלויז א שפיל, דער אויבערשטער האט די גאנצע מאכט, ער איז קלוגער און רייכער פון סיי וועם, און נישט קיין חילוק פון וועלכע זייט פונעם פאליטישן שפיל מען קוקט עס אן, איז עס דער אויבערשטער וואס לייגט אריין אין זיי פונקט ווי אין אונז זייערע איידיעס, און געבט זיי די כח יא אדער נישט אויסצופירן זייערערע פלענער. אויב הערט איר פון א פלאן וואס געפעלט אייך, בעט דעם אויבערשטן עס זאל מצליח זיין, אויב האלט איר אז זייערע פלענער זענען געפערליך, און עס טאר נישט דורכגעפירט ווערן, זייט נישט אין פאניק, בעט דעם אויבערשטן, און אלעס וועט זיין גוט.