פיר יאר פון כולל היכל הקודש אפגעצייכעט
כג אדר תשפ"ג 📝
מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן ווערט יעצט אפגעצייכענט פיר יאר זינט די גרינדונג פונעם כולל היכל הקודש, די כולל וואס האט זיך אנגעהויבן זייער קליין אסרו חג פסח תשע"ט מיט צוויי אינגעלייט, האט מצליח מיט גרויסע נסים, און יעצט האלט מען שוין ביי קרוב צו צוואנציג אינגעלייט, מיט א יערליכע בודזשעט פון קרוב צו א האלב מיליאן דאלער.
ווי באקאנט איז דער כולל אוועקגעשטעלט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א בלויז פאר אינגעלייט וואס איז באמת תורתם אומנתם, וואס זייער גאנצער ציל אין לעבן איז צו לערנען און זיך משלים זיין אין די הייליגע תורה, און אויסוואקסן דיינים צו קענען פסק'ענען פאר כלל ישראל, צו קענען ענטפערן שאלות פאר אידישע קינדער.
וויבאלד די קהלה צואוואקסט זיך ברוך ה' אויף גאר א שנעלע ראטע, דארף מען דרינגענד האבן נאך דיינים אין די קהלה. די אינגעלייט לערנען מיט א סדר, מקצוע נאך מקצוע, און פארהערן זיך יעדע שטיק צייט ביי גדולי הרבנים שליט"א, און רוקן זיך ברוך ה' שיין און שנעל מיט גרויס סוקסעס.
פארשטייט זיך אז דאס קאסט אפ גרויסע געלטער, דער ראש ישיבה שליט"א וויל צאלן די אינגעלייט אויף אן אופן אז זיי זאלן קענען לעבן מיט הרחבת הדעת און דער גאנצער קאפ און מח זאל זיין פארנומען נאר מיט די הייליגע תורה.
עס נעמט א דורכשניט פון זעקס יאר פון ווען א אינגערמאן קומט אריין אין כולל ביז ער איז גרייט צו פסק'ענען, דאס מיינט, אז פאר יעדן איינציגן דיין וואס די קהילה דארף האבן אין זעקס יאר ארום, דארף מען שאפן הונדערט טויזנט דאלער.
יעצט, פיר יאר נאך די התייסדות הכולל, ווערט געמאלדן די פריידיגע נייעס אז די כולל נעמט אן "יששכר זבולון שותפות". דאס איז א ספעציעלע שותפות וואו דער נדבן וועט האבן די מעגליכקייט צו וויסן ווער פון די יונגעלייט אין כולל איז "זיין אינגערמאן". און וואס קען דען זיין א שענערע זאך פון דעם וואס איר וועט וויסן אין זעקס יאר ארום אז אלע וואס פרעגן שאלות פון "אייער" דיין, איז דאס אלעס אויף אייער אקאונט, וצדקתו עומדת לעד. אלע וואס שרייבן אונטער א "שטר שותפות יששכר זבולון" וועלן אויך האבן א חתימה פון די ראש ישיבה אויף דעם.
עטליכע יונגעלייט האבן זיך אפגערעדט פאר'ן גבאי הכולל אז זיי ווילן זייער שטארק ארויסהעלפן די כולל, זיי ווייסן און פארשטייען די וויכטיגקייט און גרויסקייט פון דעם, אבער זיי האבן נישט קיין געלט צו געבן, האט דער גבאי זיי געזאגט אז דו וועסט גיין נאך געלט וועסטו אין צוויי דריי וואכן צאמשטעלן א טויזנטער, און ברוך השם ס'איז טאקע אזוי געווען. אדרבה, איבערצייגט אייך אליין.
דער ראש ישיבה זאגט בשם צדיקים, און אזוי שטייט אין ספה"ק אשר בנחל, אז ווען א מענטש גייט נאך געלט, קומט ער אפ ד' מיתות בית דין. אויך האט די ראש ישיבה געשריבן לעצטנס א בריוו אז ווען מ'גייט נאך געלט ווערט מען אויסגעלייטערט, מ'קומט ארויס ריין. אלע וואס וועלן גיין נאך געלט פאר די כולל וועלן באקומען א ספעציעלע אנערקענונג פון די כולל. פאר פרטים, ביטע זיך פארבינדן מיט'ן גבאי הכולל. און די כולל איז גרייט צו זיין בייהילפיג מיט סיי וואספארא הילף צו גיין נאך געלט, צ.ב.ש. מ'קען באקומען א בייטל פושקע. מ'קען באקומען נעמען פון בעלי שמחה אנצורופן אויפ'ן טעלעפאן. מקען באקומען אדרעסן אין אייער שטאט צו אויפפיקן געלט פאר די כולל, און אזוי ווייטער.
אין די זעלבע צייט ווענדט זיך די כולל מיט א בקשה, אויב איר ווייסט פון א פלאץ וואו מ'עפנט סיסטעמאטיש פאר משולחים, ביטע מודיע זיין אז די כולל זאל קענען גיין בעטן פאר אונזער חשוב'ע הייליגע צוועק. ושכרכם הרבה מאוד!