אין אמעריקע פלאגט מען זיך זייער שטארק מיט א מגיפה פון גניבות אין די גרויסע געשעפטן, א פלאגענישט מיט וואס די רעגירונג קען נישט (אדער וויל נישט) זיך אן עצה געבן.
 
עטליכע גרויסע סופערמארקעטס - צווישן זיי וואלמארט, טארגעט און סי ווי עס - האבן זיך שוין פארמאכט צוליב די נאכאנאנדע שאדענס וואס זיי האבן געהאט, און אנדערע האבן געמאלדן פלענער צו פארמאכן זייערע געשעפטן אין עטליכע גרויסע שטעט צוליב דעם פראבלעם. דאס פלאגט כמעט אלע גרויסע שטעט אין אמעריקע, אבער בעיקר שטייען ארויס די שטעט פון ניו יארק, שיקאגא, און לאס אנדשעלעס. די צרה איז אז די געצעץ אינפראסירער אין די גרויסע שטעט ווערן שטארק געשטערט דורך די פירער פון די שטעט וואס אנשטאט זיי העלפן אראפ רוימען די צרה לייט פון די גאסן, ווערן די געזעצן כסדר פארלייכטערט פאר זיי, און די רויבער ווערן אריינגעפירט אין פאליציי סטאנציע פון איין טיר, און עטליכע מינוט שפעטער ווערן זיי ארויסגעלאזט פון די אנדערע טיר.
 
לויט אן אויספרעג האבן איבער צוויי דריטל ריטעיל געשעפטן געהעכערט זייער מינימום גניבה ריפארטן שטאפל אין די לעצטע יאר, צוליב די גרויסע צאל גניבות, און איבער פופציג פראצענט זאגן אז די צאל גניבות האבן זיך פארמערט, מיט בערך א פערטל (!) וואס זאגן אז די גניבות זענען א טעגליכע ערשיינונג, און פינף און נייציג פראצענט זאגן אז זיי זענען געווען קרבנות פון ארגאניזירטע פארברעכן באנדעס אין די פארגאנגענעם יאר.
 
די סיבות פארוואס דאס פאסירט זענען אסאך, אבער די עיקר סיבות פארוואס עס ווערט נאר ערגער ווערט שטארק צוגעשריבן צו די פארמערטע פראבלעמען אין מענטעל העלט און דראג עדיקשאנס, א זאך וואס פלאגט די אלגעמיינע גאס מיט יעדן טאג מער און מער צוליב די קאלטע ווינטן וואס בלאזן אין אמעריקע מער און מער, בשעת אמאל האט מען אין אמעריקע רעספעקטירט רעליגיע, מען האט געשעצט א משפחה לעבן, איז היינט א וועלט וואס מען קען יעדעם טאלערירן, די גרעסטע מושחותים, די גרעסטע רוצחים, ווערן ארויפגעקוקט ווי העלדן, און מה יעשה הבן? די קינדער וואקסן אויף צומישט און צוחישט, מען ווייסט נישט צי א מענטש איז א חיה, אדער א חי' איז א מענטש. דאס איז וואס די פאבליק סקול סיסטעם אין אמעריקע געבט ארויס. דאס זענען די פירות.
 
אין די זעלבע צייט זענען דא עלעמענטן וואס קענען קומען צו די חרד'ישע מוסדות אין פארלאנגען "סובסטענשל איקווילענסי", מען זאל מאכן די מוסדות ענדליך צו די פאבליק סקולס. אין די מוסדות התורה קען זיך מאכן אז עס זאל זיין פאליציי ביי די טירן, אבער פארוואס? ווייל צומאל שפירן די שטאטישע טאטעס אז צוליב אן אגעצויגענקייט א טעראר שרעק ווילן זיי לייגן שמירה על כל צרה שלא תבא. ביי די פאבליק שולעס, זענען אייביג דא פאליציי, ביי יעדע אריינגאנג און ביי יעדע ווינקל. פארוואס? ווייל קינדער קומען מיט געווער אין שולע, מען דארף היטן קינדער פון ווערן געבוליט דורך אנדערע. דאס ווילן זיי מאכן פון אונזערע קינדער?
 
ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, מיר האבן אן אויסגעטרעטענע וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון די פריערדיגע צדיקים וואס האבן מקבל געווען פון זייערע רבי'ס דור אחר דור ביז משה רבינו, וואס דאס איז וואס מיר וועלן ווייטער טון, און אזוי וועלן מיר ווייטער לערנען אונזערע קינדער.