פלאמען און מעטשעס
כז כסלו תשפ"ו 📝
שאלה:
וויאזוי ארבעט די שווארצע זייט פון א מעטשבאקס? וויאזוי צינדט זיך אן א פייער ווען מען רייבט דערויף א מעטש (שוועבל)? קען רייבן מיין פינגער דערויף אויך אנצינדן א פייער?
— יואלי מארקוס
ענטפער:
כמעט יעדער האט שוין אנגעצונדן א מעטש גאר אסאך מאל, אבער זייער ווייניג שטעלן זיך אפ צו טראכטן 'וויאזוי טאקע צינדט זיך אן דער פלאם'? די ענטפער איז גאר אינטערעסאנט.
וואס איז די שווארצע טייל פון א מעטשבאקס?
די שווארצע שטרייף אויף דער זייט פון א מעטשבאקס איז נישט דארט צופעליג אדער פאר שיינקייט. עס איז ספעציפיש אזוי געמאכט געווארן. עס אנטהאלט געווענליך רויטע פאספארוס, צעמאלענע גלאז אדער זאמד (אז עס זאל זיין רייבעדיג). עס איז בכיוון געמאכט אז עס זאל זיך שפירן "שטיינערדיג" (באמפעדיג) און געמאכט פון מאטריאל וואס איז כעמיש אקטיוו אונטער די ריכטיגע אומשטענדן.
וואס געפינט זיך אינעם מעטש (שוועבל) קעפל?
די שפיץ פון א מעטש אנטהאלט געווענליך פאטעסיום קלארייד (אן אקסידייזער), שוועבל אדער אנטימאני סולפייד (ברענשטאף). דער מעטש קען נישט אליינס אנהייבן א פייער. עס דארף די רייבעדיגע שווארצע שטרייף פונעם מעטשבאקס כדי עס זאל קענען פאסירן.
וויאזוי צינדט זיך אן א פייער? ווען מען רייבט דעם מעטש אויף דעם באקס, איז דא א שטארקע פריקשאן (עס איז פארקערט פון גליטשיג) וואס דאס מאכט א שטארקע היץ. די היץ פארוואנדלט א ביסל פון רויטע פאספארוס אויפן באקס עס זאל ווערן ווייסע פאספארוס. ווייסע פאספארוס האט דער אויבערשטער געמאכט אז עס זאל זיך זייער גרינג אנצינדן, עס דארף נישט ווערן צו הייס. דער קליינער פינק צינדט אן די כעמיקאלן פונעם מעטש, און עס פלאמט אויף.
ווען עס קומט צו עבודת השם דארף מען אויך אזוי טון. מען קען נישט אנצינדן א ריזיגע פייער אויף איינמאל, עס וועט זיין אן אומקאנטראלירטע פייער, וואס מאכט חרוב און פארברענט אלעס. אפילו ווען עס קומט צו עבודת ה' קען מען נישט שפרינגען צו ווייט, העכער ווי די כוחות. דער רבי רופט עס ריבוי אור, און דאס פארברענט אלעס.
וואס איז די ריכטיגע וועג? נישט ברענען בכלל? דאס איז זיכער נישט גוט. איך וויל דאך ברענען צום אויבערשטן, איך וויל אים דינען. דער ריכטיגער וועג איז צו צינדן א קליין פלעמעלע מיט אויל, עס זאל זיין א סטעדי פייער, וואס זאל ברענען שיין און לאנג. וואס איז די קליינע פייער? יעדן טאג אביסעלע משניות, אביסעלע גמרא, אביסעלע רעדן צום אייבערשטן, אביסעלע זיין פרייליך, אביסעלע רעדן שיין צו די ווייב.
וויאזוי ווייס איך וויפיל מיינע כוחות זענען? וויפיל גייט שוין אריין אין ריבוי אור? פאר דעם דארף מען האבן א צדיק. יעדער איד דארף טרעפן א צדיק וואס וועט אים ווייזן די וועג, וואס ער דארף טון לויט זיינע תכונת הנפש און זיינע כוחות. דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע האט געזאגט פאר א ברסלב'ער חסיד וואס האט זיך דורכגערעדט מיט אים, דער הייליגער רבי האט אים זייער מחזק געווען ער זאל ווייטער לערנען אלע הייליגע ספרים פון הייליגן רבי'ן, ליקוטי מוהר"ן, שיחת הר"ן, און אזוי ווייטער. ווען ער האט אים געפרעגט די שאלה, האט אים דער רבי געזאגט אז דאס דארף מען בעטן דעם אויבערשטן, מען זאל וויסן וויפיל און ווען, און פאר דעם שטייט אתה חונן אין שמונה עשרה פאר השיבנו, ווייל מען דארף בעטן דעם אויבערשטן מען זאל וויסן וויפיל צו טון ווען מען וויל זיין אן ערליכער איד.
וואס פאסירט אויב מען רייבט דעם פינגער אויפן סטריפ? גארנישט. דיין פינגער האט נישט די כעמיקאלן. און אפילו אויב עס וועט ווערן אביסל ווארעם פון רייבן אויפן באקס, וועט גארנישט פאסירן.