פלאן פון נייע אינטערנאציאנאלע עירפארט אין אומאן אויפן טיש ביים אוקריינער רעגירונג
יח שבט תשפ"א 📝
אלע ווייסן די הבטחה וואס דער הייליגער רבי צוגעזאגט, אז ראש השנה קען ער פאררעכטן אפילו די וואס ער קען נישט א גאנץ יאר. יעדער איד וואס גלייבט אין צדיקים, לעכצט און בעט דעם אייבערשטן צו קענען קומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, צו טון וואס ער האט געבעטן און געמאנט כסדר. ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף ראש השנה "קיינער טאר נישט פעלן". דערפאר קוקט קיינער נישט אויף די פילע שוועריקייטן מיט וואס אזא נסיעה איז פארבינדן. פילע פלאגן זיך מיט געלט, ווער וויל דען איבערלאזן זיין משפחה אליינס אויף יום טוב? אסאך ביזנעסלייט לאזן איבער זייער ביזנעסער אין די גרעסטע סעזאן פון יאר, אנדערע דארפן זיך ספראווען מיט לצים וואס טרייבן שפאס אויף זיין חשבון. דערנאך קומט דאס זיצן אין א פליגער צוזאם געפרעסט ווי הערינג, און גאר אסאך דארפן נאך פארן מיט א סטאפ וואס מוטשעט געפערליך אויס, און נאכדעם קומט די נסיעה מיט א קאר פונעם עירפארט ביז אומאן וואס נעמט א גוטע דריי פיר שעה אויף די אלטע לעכעריגע וועגן אין אוקריינע וואס שאקעלט אויף די אויסגעמאטערטע ביינער ביז מען קומט אן אין שטאט.
אבער גארנישט קען אפהאלטן די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען צו פארן יאר יערליך קיין אומאן, און די שטראם ווערט אלץ נאר גרעסער אין גרעסער מיטן יעדן דורכגייענדע יאר. חסידי ברסלב וועלכע לעבן און אטעמען מיט די הייליגע רבינ'ס עצות, ווייסן צו וועם מ'דארף זיך ווענדן ווען מ'דארף עפעס, און דערפאר האבן טויזנטער חסידים אלץ מתפלל געווען אז דער אלטער פארלאזטער מיליטערישער עירפארט אין אומאן וואס די סאוויעטן האב געהאט אויפגעשטעלט אין צייט פון קאמוניזם זאל מען איבערבויען און מחדש זיין, און אזוי ארום זאלן א חלק פון די שוועריקייטן אביסל פארגרינגערט ווערן.
דערפאר נעמען אויף די פילע אידן וואס קומען כסדר צו פליען פון איבער די גאנצע וועלט צום ציון הקדוש - אויספועלן ישועות ברוחניות ובגשמיות א גאנץ יאר און ראש השנה - מיט גרויס שמחה די נייעס אז זייער תפילות זענען געענטפערט געווארן ביים אייבערשטן, ווען מען האט געהערט די נייעס אז אומאן וועט מעגליך קריגן איר אייגענעם לופטפעלד, און דערמיט פארגרינגערן פאר די הונדערטער טויזנטער אידן איבער די וועלט צו אנקומען צום הייליגן ציון אביסל גרינגער.
דער פארשלאג וואס רופט זיך "דער קליינער ירושלים" וואס ליגט אויפ'ן טיש פונעם אוקראינער פרעזידענט זעלענסקי, זאגט אז די אוקראינער רעגירונג זאל אינוועסטירן ביליאנען דאלארן אין אינפרעסטרוקטור פון די גאנצע אומגעגנט. און אז דער רעגירונג זאל ארבעטן מיט אינוועסטירער אויפצובויען א נייעם אינטערנאצינאלן לופטפעלד מיט פילע האטעלן צו ערמעגליכן מער טורזים פארן געגעט.
אזוי אויך אז די רעגירונג זאל איבערבויען די גאנצע סוער סיסטעם, איבערבויען די גאסן און שאסייען, אויפבויען שפיטעלער, און א הערליכע לופטפעלד מיט א באן וואס זאל עס פארבינדן צום שטאט און צום הייליגן ציון.
א ווארטזאגער פאר'ן אוקראינער רעגירונג האט געזאגט "דער רעגירונג ערווארט אז די באזוכער וועלן וואקסן אין די קומענדיגע יארן צו מיליאנען, און מען דארף זיין גערישט דערויף".
חסידי ברסלב זענען ווייטער מתפלל אז דער פלאן זאל זיך אויסארבעטן צום גוטן און זאל זיין א הילף ברוחניות ובגשמיות.
מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה