שאלה:
 
יעדעס יאר ווען די ערב סוכות טעג קומען אן, זענען די גאסן פול מיט סוחרים וואס פארקויפן ד' מינים. אבער איך וויל פארשטיין איין זאך: פארוואס פארקויפט מען נאר מאראקאנער און יאנעווער אתרוגים? פארוואס קומען די לולבים נאר פון ארץ ישראל, מצרים אדער קאליפארניע? און אזוי אויך די הדסים און ערבות וואס קומען פון איך ווייס אליין נישט וואו.
 
איז מיין שאלה אזוי: פארוואס קען מען נישט פלאנצן די אלע ד' מינים דא ביי אונז לאקאל?

 
 
תשובה:
 
דאס איז באמת א גוטע שאלה. קודם כל דארף מען אויפמערקן איין וויכטיגע נקודה: די ערבות וואס מען פארקויפט דא, קומען על פי רוב נישט פון קיין ווייטע פלעצער. ערבות וואקסן פיין און וואויל ביי אונז אין די געגנטער. נאך מער פון דעם, דו קענסט אליין פלאנצן דיינע אייגענע ערבות.
 
קומענדיגע יאר וועסטו קענען נוצן דיינע אייגענע ערבות וואס דו האסט אליין געפלאנצט און אריינגעלייגט כוחות דערין. אזוי וועסטו קענען דאנקען דעם אויבערשטן יעדן טאג אויף די מצוה פון ד' מינים, און זיך פרייען מיט'ן טון דעם רצון ה'.
 
און עס איז מן הסתם אסאך גרינגער ווי דו טראכסט.
 
וויאזוי פלאנצט מען ערבות? דאס בעסטע איז צו נעמען די ערבות (די "הושענות") וואס דו האסט גענוצט הושענא רבה, אזוי ווייסטו אז דאס איז א כשר'ע סארט ערבה וואס איז כשר פאר די ד' מינים.
 
די ערשטע זאך איז כדאי אראפצונעמען די בלעטער. די בלעטער וועלן נאר ווערן אויסגעטריקנט און קענען אנמאכן א שמוץ, און בכלל דארף מען באמת נאר דעם צווייג אליין כדי צו קענען פלאנצן א פרישן בוים.
 
ערבה ביימער האבן נישט קיין קערלעך (זוימען) פון וואו זיי איבערצופלאנצן. וויאזוי פלאנצט מען זיי טאקע? זעט די וואונדער פונעם באשעפער: מען דארף בלויז נעמען א קאנטעינער מיט וואסער און אריינשטעקן דעם צווייג אינעווייניג, עס זאל זיין בערך איין אדער צוויי אינטשעס אין די וואסער. עס איז כדאי צו טוישן דאס וואסער יעדע טאג אדער צוויי.
 
בעט דעם אויבערשטן, און נאך א וואך אדער צוויי וועט מען זען בעזרת השם ווי קליינע ווארצלען הייבן אן ארויסצוקומען פונעם צווייג. ווען די פרישע ווארצלען זענען שוין דא, איז עס גרייט פארן נעקסטן שטאפל: עס אריינצופלאנצן אין דער ערד.
 
וואו איז דער בעסטער פלאץ עס צו פלאנצן? די תורה הקדושה אנטפלעקט אונז שוין דעם סוד. דער פסוק רופט עס "ערבי נחל", ווייל ערבות גלייכן זייער שטארק אסאך וואסער (און אויך זון). אויב האט איר א פלאץ אין הויף וואו די זון שיינט גוט און ס'איז א נאסע פלאץ צי עס איז נעבן וואסער, איז דאס דער בעסטער פלאץ.
 
אויב האט איר נישט קיין נאסע פלאץ, איז גוט עס אליין צו באוואסערן כסדר; אויסער דעם דארף עס נישט קיין סך פלעגונג.
 
בעט דעם אויבערשטן עס זאל גוט וואקסן, און קומענדיגן פרילינג וועט איר זען ווי דער ליידיגער צווייג טוט זיך אן פרישע קליידער, און עס וואקסן ארויס דערפון נייע צווייגעלעך און בלעטעלעך.
 
אויב איר ווילט האבן שיינע ערבות אויף יום טוב, איז כדאי אפצושניידן דעם בוים איין מאל אנהייב זומער (בערך ארום שבועות צייט) און נאכאמאל שפעטער אין זומער (נאך תשעה באב), בערך 6-8 וואכן פאר יום טוב. נאך יעדעס מאל וואס מען שניידט אפ די צווייגן וואקסן ארויס פרישע צווייגן, און די צווייגן וואס הויבן אן צו וואקסן אין די צווייטע האלב פונעם זומער זענען פונקט גוט; דאס וועט בס"ד זיין פריש און שיין, גרייט פאר די הייליגע מצוה.
 
די אנדערע דריי מינים זענען שוין אן אנדערע מעשה. דער לולב קומט פון א טייטלבוים וואס דארף האבן א ווארעמערע קלימאט, דער אתרוג נויטיגט זיך אויך אין ווארעמערע באדינגונגען, און אזוי אויך הדסים קענען נאר וואקסן אין אזעלכע פלעצער וואו עס ווערט נישט צו קאלט אינמיטן ווינטער.
 
נישט קיין חילוק פון וואו איר האט די ד' מינים, איז דער עיקר זיך צו פרייען און טאנצן מיט די הייליגע מצוות וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן.