גרשון קרעמער
 
עס האט זיך ב"ה אנגעהויבן דער זומער סעזאן, און מען קען געניסן פון די געשמאקע ווארימע וועטערס. מען גייט ארויס אין די נאטור צווישן די גראז און ביימער און מען שמועסט זיך אויס מיט'ן אויבערשטן; וואס קען דען זיין געשמאקער פון דעם?
 
אזוי ווי א שיינע צאל פון אונזערע ליינער וואוינען אפסטעיט, וואו מען האט א שטיקל הויף ארום דעם הויז, האט מען אונז געבעטן מיר זאלן געבן בעיסיק אנווייזונגען וויאזוי צו פלאנצן פשוטע גרינצייג.
 
וויבאלד רוב פון אונז האבן נישט קיין שום ערפארונג אין פעלד-ארבעט, האבן מיר באשלאסן אנהויבן דאס ערשטע מיט קארטאפל, היות דאס איז עפעס וואס יעדער קען טון אליינס, מען דארף גארנישט קויפן אין קיין ספעציעלע געשעפטן, און עס וואקסט גוט אין ניו יארק. יעצט (אפריל - מאי למספרם) איז טאקע די פאסיגע סעזאן עס איינצופלאנצן.
 
די ערשטע זאך נעמט א פשוט'ן קארטאפל און לאזט עס ליגן אויפ'ן קאונטער פאר א וואך-צוויי. ווען איר זעט קליינע ווייסע אדער גרינע ווארצלען ארויסקומען (וואס מען רופט "אויגן"), זענט איר גרייט פאר'ן קומענדיגן שטאפל.
 
מען נעמט דעם קארטאפל און מען צושניידט אים אין עטליכע שטיקער, און מען מאכט זיכער צו לאזן צוויי "אויגן" אויף יעדן שטיקל. נאכ'ן שניידן לאזט די שטיקער ליגן אינדרויסן פאר 24 שעה, כדי די געשניטענע זייט זאל ווערן אביסל אויסגעטרוקנט, וואס דאס וועט העלפן אז דער קארטאפל זאל נישט פארפוילט ווערן אין די ערד.
 
יעצט קען מען שוין לייגן די קארטאפל אין דער ערד, אבער עס איז דא א בעסערע עצה: לייגט דעם שטיקל קארטאפל (מיט די "אויגן" ארויף) אויף דער ערד אדער אויף א שטיקל קארדבארד, און דעקט עס איבער מיט א דיקן שיכט (כאטש 6-8 אינטשעס) פון טרוקענע געשניטענע גראז אדער שטרוי. די מעלה פון פלאנצן אין גראז איז אז עס האלט בעסער די פייכטקייט און לאזט נישט די ווילדע גראזן וואקסן. נאך א בענעפיט איז, אז ווען עס קומט די צייט ארויסצונעמען די פארטיגע פירות, דארף מען נישט ניצן קיין שאוול; מען רוקט פשוט אוועק די גראז אין א זייט און מען האט פארטיגע, געשמאקע, פרישע קארטאפל בס"ד.
 
אביסל אנווייזונגען: קארטאפל האבן ליב זון (בערך 6-8 שעה א טאג) און אסאך וואסער (אבער נישט איבערגעטריבן). וויפיל וואסער? מאכט זיכער אז דער שיכט גראז איז כסדר פייכט. נאך בערך 3-4 חדשים, ווען די בלעטער פון דעם קארטאפל-געוויקס אינדרויסן ווערן געל און הייבן אן צו וועלקן, איז עס א סימן אז די קארטאפל אונטער דער ערד זענען שוין רייף און גרייט.

 
וואס קענען מיר ארויסנעמען פון די קארטאפל וואס ווערט געפלאנצט? ווען דו האסט א נסיון, און עס קומט דיר אונטער צו זען עפעס וואס דער אויבערשטער לאזט נישט — דו ביסט אין גאס אדער אין אפיס — און דו בייגסט אראפ דיינע אויגן, דו "פלאנצט איין" דיינע אויגן; כאטש דו לייגסט אראפ דיינע אויגן, קוקסטו דאך ארויף צום הימל און דו בעטסט דעם אויבערשטן ער זאל דיר העלפן און באגלייטן. דו מאכסט זיכער עס צו האלטן כסדר פייכט, דו באגיסט עס מיט טרערן, און כאטש קיינער זעט עס נישט, וואקסט עס אונטער די ערד. זאלסטו זיכער זיין אז עס וועלן וואקסן שיינע פירות פון דיין האראווניע; איין קוק ווייניגער איז גאר אסאך ווערט.