די מיידלעך פון "בית פיגא" סקול גייען אויפשפילן די מעשה פון די פארלוירענע בת מלך, די פלעי וועט זיין צוויי מאל דינסטאג נאכט און מיטוואך נאכט, אום 7:45 אויף 27 סקילמאן סט. די פרייז איז צען דאללער, עס ערווארט א גאר שיינע שפיל, עס לוינט זיך צו קומען.
אינעם בית פיגא סקול לערט מען אויס די קינדער פון יונגט אן די ריינע אמונה, און די קינדער וואקסן אויף מיט א בחנ'טע תמימות וואס דערקענט זיך אויף די קינדער.
 
די אלע וואס זענען געווען ביי די שפילן אין די פארגאנגענע יארן, האבן מורא'דיג הנאה געהאט, צו זען ווי די קינדער לעבן מיטן רבינס עצות. די שפיל האט אויפגעשפילט די מעשה און מוסר השכל די געוואלדיגע עצות וואס מיר קענען ארויסנעמען אויפן טאג טעגליכן לעבן.