אנשי שלומינו ווייסן אז ר"ח אדר איז בכלל נישט פרי צו רעדן פון אומאן, ברסלב'ע חסידים ווען זיי קומען אן צום ציון אויף ראש השנה ביים הייליגן רבין צוערשט דאנקט מען דעם אויבערשטן אז מען ווייסט פון הייליגן רבין, מען קריגט נישט אויף אים, מען דאנקט אים אויף די גרויסע זכי' אז מען איז אנגעקומען, אבער שוין תיכף בעט מען שוין מען זאל זוכה זיין אויך קומענדיגעס יאר צו קענען קומען זיין ביי אים אויף ראש השנה ווי ער האט געבעטן און געמאנט.
 
פילע אידן ווארטן נישט ביז די לעצטע מינוט צו פרעגן שאלות "מעג מען בארגן געלט צו פארן צום רבי'ן"? נאר אנשטאט דעם בארגן זיי פון זיך שוין פון אנהייב יאר, מען מאכט זיך א פושקעלע מען שרייבט אויף דערויף "אומאן ראש השנה קודש הקדשים" און אנשטאט קויפן א סענדוויטש מיט א קאווע און א דעניש פאר בלויז צען פופצן דאלער א טאג, נעמט אוועק די ביסן פון מויל און מען לייגט אריין יעדן טאג אפאר פרוטות אינעם פושקע, און פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול, און אזוי קען מען פארן צום הייליגן רבין מיט הרחבת הדעת אן קיין חובות. אבער אויך דאס קען מען נישט טון אן מתפלל זיין, מען בעט פשוט דעם אויבערשטן אז מען זאל האבן די פאר פרוטות און געדענקען עס אריינצולייגן יעדן טאג, און נישט חלילה עס פארפאטשקענען מיט נארישקייטן וואס מען האט גארנישט דערפון.
 
ביי פלען איט רייט טוט זיך שוין גרויסע מיטינגען אין די טעג, אלע געדענקען און זענען מכיר טובה פאר די פראפעסיאנאלע פירמע וואס האט צוגעשטעלט די פארגאנגענע יארן נסיעות אויף די בעסטע שטייגער וואס עס איז נאר מעגליך געווען, און ווי די שטייגער ביי פלען איט רייט זענען זיי קיינמאל נישט צופרידן, זיי קוקן און טראכטן וואס נאך מען קען טון צו קענען מאכן די נסיעה באקוועמער, קורצער און ביליגער, און מאכן אז דאס פאלגן דעם רבין און קומען צו אים זאל אנקומען מיט וואס ווייניגער מניעות.
 
עס ליגט ביי זיי יעצט אויפן טיש עטליכע אפציעס און מעגליכקייטן אין וואס זיי קוקן אריין, מען דארף טאפן דעם דופק ביי לופטליניעס, לופטפעלדער און באן און באס פירמעס צו זען וואס וועט זיין דאס בעסטע וואס מען קען באקומען אין די טעג. די שטאב פון פלען איט רייט רעדט זיך דורך יעדע זאך מיט'ן ראש ישיבה שליט"א וואס וויל מאכן א מעגליכקייט אז אלע אנשי שלומינו זאלן קענען קומען אינאיינעם וואס איז א שטארקע שמירה אז די וועג זאל דורכגיין אויף א געהויבענע פארנעם, ווען איש את רעהו יעזורו מען איז זיך מחזק איינע דעם צווייטן, מען העלפט זיך ארויס מיט וואס מען דארף.
 
מיטן אויבעשטענ'ס הילף ווען די פירמע וועט מחליט זיין די אפציעס און ארויסלייגן זייערע פלענער וועלן אונזערע ליינער זיין די ערשטע צו באקומען דעם באריכט.
 
מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה