פלען איט רייט לייגט ארויס אפיציעל זייערע רייזע פלענער אויף ראש השנה תשפ"ד
ט תמוז תשפ"ג 📝
שטייענדיג שוין בערך צוויי און א האלב חדשים איידער מען פארט צום הייליגן רבין, האט פלען איט רייט נארוואס ארויסגעלייגט פארן אלגעמיינעם ציבור די פלענער וואס מיר האבן געמאלדן פארן קומענדיגן ראש השנה אין אומאן, און האט צוגעלייגט פארשידענע אפדעיטס וואס זענען שוין צוגקומען ביז דערווייל.
אזוי אויך האבן זיי געמאלדן אז די אלע וואס האבן באקומען די "עירלי בוירד ספעשל" דארפן עס האבן אפגעצאלט ביזן קומענדיגן ר"ח אב הבעל"ט כדי זיי זאל קענען אנהאלטן זייער פלאץ און זייער פרייז.
ווי זיי מעלדן האפן זיי צו ברענגען אנשי שלומינו קיין אומאן, אויפן טאג ראש השנה וואס אלע וואס גלייבן אין רבין ווילן דארט זיין, מיט א געשמאקע, באקוומען, אויסגערוטע, עלעגאנטע און היימישע רייזע. די פליגער וועט בעז"ה זיין גענצליך על טהרת הקודש, נאר מענער סטוערדס, און עס וועט סערווירט ווערן במשך דעם גאנצן וועג נאר היימישע מאכלים מיט א פארלעסליכע הכשר.
פלען איט רייט וועט ווי געמאלדן צושטעלן צוויי טשארטער פלייטס פון ניו יארק קיין ריישא פוילן, מאנטאג כ"ה אלול (למספרם סעפטעמבער 11) אום 10:30 ביינאכט, און דינסטאג כ"ו אלול (למספרם סעפטעמבער 12) אום 10:55 ביינאכט, און צוריק וועט זיין מאנטאג צום גדלי' ב' תשרי (למספרם סעפטעמבער 18) אום 1:45 נאכמיטאג און 5:45 נאכמיטאג, וואס ביידע וועלן נאך בעז"ה אנקומען אינעם זעלבן טאג.
פלען איט רייט וויל מאכן דעם רייזע דאס מערסטע געשמאק און גרינג, דערפאר וועלן זיי קעיר נעמען פונעם גאנצן נסיעה, פונעם מינוט וואס איר טרעט אריין אינעם עירפארט אין ניו יארק, ביז איר קומט אן צו אייער דעסטינאציע קיין אומאן, די פרייזן רעכענען אריין אלע נויטיגע אראנזשירונגען ווי פרישטאג, מיטאג, נאכטמאל, מקוה, מנין, סנעקס, באנען, באסעס, און אלעס אינצווישן.
די טשארטערס קען מען האבן אויף דריי באזונדערע קלאסן, וואס יעדער קען זיך אויסקלייבן לויט זיין בודשעט. די עקאנאמי קלאס טיקעטס איז פאר $2,800, די פרימיום עקאנאמי איז פאר $4,500, און ביזנעס קלאס פאר $7,550. אויפן צווייטן טשארטער פלייט וואס פארט ארויס דינסטאג קען מען נאך דערווייל באקומען דעם עקאנאמי קלאס טיקעט פאר $2,500, אזוי אויך אפערט פלען איט רייט 22 אפציעס פון "גרופ טיקעטס" צו פילע עירפארטס אין די געגענט, ווי רומעניע, מאלדאווע, און פוילן, וואס איר קענט זיך אויסוועלן דערפון לויט אייער באקוומליכקייט, די פרייזן פון די גרופ טיקעטס הייבן זיך אן ביי $899 א טיקעטס (נישט אריינגערעכענט די באן).
די רייזע וועט אריינעמען א לאנגע נסיעה מיט א באקוועמע באן מיט וואס מען וועט פארן פון פשעמישל פוילן ביז אוקראינע, וואס דאס איז אריינגערעכענט אין די טשארטער פרייז. די באנען וועלן אויך זיין על טהרת הקודש, נאר מענער סטוערדס, און די מאכלים וואס וועלן סערווירט ווערן וועלן אלעס זיין אויפן קוואליטעט און כשרות מיט וואס פלען איט רייט איז באוואוסט. די באנען זענען די שנעלסטע און גרינגסטע וועג אריבערצוגיין דעם גרעניץ קיין אוקראינע. די וואס ווילן נעמען נאר די באן רייזע וועלן עס קענען האבן פאר בלויז $595 ביידע וועגן. עס וועט זיין צוויי טשארטער באנען, איינס דינסטאג און די צווייטע מיטוואך, און צוריק וועלן ביידע בעז"ה פארן מוצאי יום טוב. אבער היות צו ווערן באשטעטיגט די פונקטליכע צייטן פאר די באנען דארף פלען איט רייט ווארטן ביז חודש אלול, דערפאר וועלן זיי פארקויפן די פריוואטע באנען טיקעטס נאר פון ראש חודש אלול.
צו מסביר זיין וואס דאס מיינט אומאן ראש השנה איז גענצליך איבעריג, אנשי שלומינו ווייסן ווי שטארק דער רבי האט געמאנט און געבעטן אז יעדער זאל קומען, און אנשי שלומינו זענען מתפלל אז מען זאל אנקומען בשלום צום הייליגן רבין טראץ אלע שוועריקייטן וואס דאס קאסט. מען זעט יעדעס יאר ווי צענדליגע טויזנעטער אידן פון איבער די וועלט וואס קיינעם קומט עס נישט אן גרינג, און מיט דעם אלעם לאזן אלעס איבער און מיט תפילה און אמונת חכמים באווייזן זיין אלעס איבערצוקומען און קומען צום הייליגן רבי'נס ציון אויף ראש השנה.
פלען איט רייט איז א טראוועל אגענטור וואס צייכענט זיך אויס אין אלע סארטן רייזע פלענער ווי קאמפליצירט עס זאל נישט זיין, בפרט ווען עס קומט צו אומאן אויף ראש השנה, זענען זיי באקאנט אלץ דער טרעוועל אגענטור מיטן ה"א הידועה, ווי עס האט זיך ארויסגעוויזן פאריאר ווען זיי האבן מסדר געווען דעם נסיעה פון אנשי שלומינו מיט'ן באן מיט אלע הצטרכות'ן אויפן וועג, און מיט תפלה זענען זיי איבערגעקומען די פילע שטרויכלונגען וואס האבן זיך געמאכט.
צו באשטעלן א טיקעט קען מען רופן פלען איט רייט אויף 845-678-3555.