פלען איט רייט מעלדן פלענער צו צושטעלן וועגן קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ג הבעל"ט
יז סיון תשפ"ב 📝
מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך אנשי שלומינו צו צום קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט. טראצדעם וואס מען האלט אין אזא אומזיכערע צייט, מדינות שלאגן זיך ארום איינע מיטן צווייטן, ציעט יעדעמס הארץ און קען נישט אויפהערן בענקען צו זיין ביים הייליגן רבין אין אומאן אויפן קומענדיגן ראש השנה.
אנשי שלומינו בעטן ביים אייבערשטן צו זוכה זיין צו מקיים זיין דעם רבינ'ס בקשה "קיינער טאר נישט פעלן" און באקומען די אלע תיקונים וואס דער רבי האט צוגעזאגט, פאר דער וואס קומען צו זיין ציון. און ווי גרעסער די מניעות זענען, אלץ מער איז מען זוכה צו באקומען ביים הילייגן רבין.
אין די טעג, קומט אריין דער אלעמען באקאנטער טראוועל אגענטור "פלען איט רייט" וואס צייכענט זיך אויס מיט זייער גוטע סערוויס בכלל, און בפרט ווען עס קומט צו אומאן ראש השנה, גייען זיי נאך אסאך מער ארויס פון וועג, און טוען אלעס וואס נאר מעגליך צו צושטעלן וועגן פאר אנשי שלומינו צו קענען פארן צום רבין.
פאלגענד איז די מודעה וואס פלען איט רייט האט ארויסגעלייגט:
היות מיר קענען נישט פאָראויסזאָגן אויב עס וועט זיך עפעס טוישן ביז ראש השנה, האבן מיר ארויסגעלייגט די פלענער לויט די יעצטיגע אומשטענדן. די ערשטע זאך, דארף מען וויסן אז אלע עירפארטס אין אוקראינע זענען דערווייל פארשפארט, אבער די גרעניץ קיין אוקראינע איז נישט פארשפארט, מען קען אריינקומען מיט א קאר, טרעין, אדער באס, דערפאר לייגן מיר ארויס די אפציעס וואס מיר גייען בעז"ה צושטעלן צו קענען קיין אומאן אויף היי יאר ראש השנה תשפ"ג.
די אָפּציעס זענען דערווייל ווי פאלגענד:
1) דער נענסטער עירפארט צו אומאן אינדרויסן פון אוקריינא (מיט א קאר) איז אין יאַס, רומעניע, פון דארט קען מען נעמען דעם וועג דורך מאָלדאָוואַ וואס נעמט בערך 7 שעה מיט א קאר. אויב וויל מען אויסמיידן מאָלדאָוואַ און דארפן אריבערגיין נאך א גרעניץ, קען מען פארן א לענגערע וועג בלויז אין די אוקראינישע טעריטאריע. דער וועג געדויערט 11 שעה מיט א קאר, און 12 שעה מיט א באס.
דער פּראָבלעם פון יאַס, רומעניע איז, אַז דער עירפארט איז זייער קליין, און איז נישט געאייגענט פאר אסאך מענטשן, ווי אויך איז שווער צוצושטעלן טראנפארטאציע פון דארט.
2) נאך א נאנטע עירפארט צו אומאן איז אין קישינוב, מאָלדאָוואַ. דער וועג נעמט אַרום 8 שעה מיט א קאר, אָדער 12 שעה מיט א באס - חוץ פון די צייט ביים גרעניץ. (דער וועג נעמט אזוי לאנג, טראץ וואס עס גאנץ נאנט צו אומאן, צוליב וואס מען דארף ארומפארן די גאנצע "טראנסניסטריע" טעריטאריע פון מאלדאווע).
די חסרון פון מאלדאווע איז אַז דאס איז אן אומסטאבילע און פּרימיטיווע לאנד, די שאסייען זענען נישט געבויעט פאר די געברויכן פון אזויפיל מענטשן, די אינפאראסטראקטור איז אַלט און צופאלן, די ראודס זענען צוהאקט, ווי אויך האבן אסאך געהאט פראבלעמען ביי זייער גרעניץ אין די לעצטע חדשים. מיט דעם אלעם האפן מיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף צוצושטעלן טראנפארטאציע אויך פון דארט.
3) נאך אַן אפציע (רעקעמאנדירט דורך אונז) זענען די עירפארטס אין פוילן. די פוילישע עירפארטס זענען דאס מערסטע צוגעפּאַסט צו קענען אקאמאדירן אסאך מענטשן בעז"ה, אויך איז דא דארט א באקוועמע באַן סיסטעם אריין קיין אוקריינא, וואָס מיר אַרבעטן שווער צוצושטעלן דורך די באן א וועג געשמאקע קיין אומאן לתועלת הציבור. מער אינפארמאציע דערוועגן וועט אי"ה נאָכפאָלגן.
די נענסטע עירפארט אין פוילן צו אומאן איז ריישא, פון דארט נעמט די וועג 9 שעה מיט קאר אָדער 16 שעה מיט א באס (חוץ די צייט ביים גרעניץ - מיט א באן וועט עס געדויערן אי"ה אסאך שנעלער).
אביסל ווייטער זענען די עירפארטס אין קראקע אָדער לובלין, פון ביידע נעמט די וועג אַרום 12 שעה מיט קאר אָדער 17 שעה מיט באס (חוץ די צייט ביים גרעניץ.)
דערנאך איז דא דער גרויסער עירפארט אין פוילנ'ס הויפטשטאט ווארשע, וואס איז אַרום נאך איין שעה ווייטער.
עירפארטס אין אנדערע אַרומיגע לענדער:
בודאַפּעסט, אונגארן: מיט דירעקט פלייטס פון ניו יארק! די וועג קיין אומאן פון דארט נעמט 14 שעה מיט קאר אָדער 20 שעה מיט א באס. (חוץ די צייט ביים גרעניץ.)
וויען, עסטרייך: אויך דירעקט פלייטס פון ניו יארק. די וועג פון דארט נעמט 16 שעה מיט קאר, אָדער 25 שעה מיט אַ באס (חוץ די צייט ביים גרעניץ).
סלאָוואַקיע האט אַ קליינע עירפארט אין שטאט קאַשוי וואס געדויערט 13 שעה מיט א קאר און 17 שעה מיט א באס. (חוץ די צייט ביים גרעניץ)
פלען איט רייט וויל קלארשטעלן אז זיי זענען דא בלויז צוצושטעלטן טראנספארטאציע און אינפארמאציע. אָבער דער באַשלוס אַריינצוגיין אַין א לאנד אין א מלחמה צושטאנד איז אויף אייער אחריות. כאָטש די געגענטער וואָס מיר דארפן דורכפארן זענען נישט ממש אין די מלחמה זאָנע, זענען זיי פארט אין אַ לאַנד וואס איז יעצט אין א מלחמה צושטאנד.
פאלגענד זענען די אפציעס פון די סערוויס וואס מיר שטעלן צו דאס יאר:
1) מיר וועלן פארקויפן איינצעלע טיקעטס צו פארשידענע עירפארט אין די אַרומיגע לענדער (נישט קיין גרופ טיקעט).
ביי דעם קענען מיר נישט גאראנטירטן די טראנפארטאציע אנצוקומען צום עירפארט; און מען דארף געדענקען אז היינט זענען רוב טיקעטס "נישט ריפאנדעבל", (אַלע קאָוויד ריפאנד פאליסיס זענען שוין עקספייערט, און דערפאר וועט די טרעוול אינשורענס נישט דעקן א נייע טיקעס אין פאל מען פארפאסט די פליגער). ווי אויך דארף מען געדענקען אז די געזעצן אריינצוגיין אין די לענדער האלטן זיך אין איין טוישן.
2) בעזר השם וועלן מיר היי יאר אויך צושטעלן אַ דירעקט טשאַרטער פלייט קיין ריישא מיט טראנפארטאציע פונעם עירפארט קיין אומאַן דורך א באקוועמע באַן, מיט בעטן, עסן וכדו'. דער באן איז נאך נישט באשטעטיגט אבער מיר האפן עס צו באשטעטיגן אי"ה אין די קומענדיגע צוויי וואכן.
אויב די סיטואציע וועט זיך טוישן, וועלן מיר מעגליך טוישן די טשאַרטער קיין קישינוב, מאָלדאָוואַ (אדער גאר קיין אוקריינע) מיט באסעס קיין אומאַן.
3) מיר וועלן בעז"ה פארקויפן "גרופּ-טיקעטס" צו די איינע פון די עירפארטס אין די ארומיגע לענדער, מיט טראנספארטאציע פון דארט קיין אומאן פאר א מינאמאלע אָפּצאָל. (די אפציע וועט זיין גרייט אי"ה אין צוויי וואכן ארום).
וויכטיג צו געדענקען פאר די וואס ווילן זיין צוריק אויף מיטוואך צום גדליה:
מיר פרובירן צו ארבעטן אויף די בעסטע אופנים צו קענען צושטעלן די בעסטע וועגן פון און צוריק צום לופטפעלד, מיר קענען אבער נישט נעמען דעם אחריות דערויף. דאס הייסט, אז אפילו מיר שטעלן צו די טראנפארטציע, איז מעגליך אז די וועג וועט נעמען לענגער, אדער מען קען ווערן אויפגעהאלטן ביים גרעניץ, און עס איז נישט מעגליך מיר זאל פארזיכערן אז איר וועט קענען כאפן אייער פליגער באצייטענס. און מיר וועלן נישט באצאלן פאר פרישע טיקעטס.
מיר קענען בלויז נעמען אחריות אויף די טשארטער, וואס דארט האבן מיר די מעגליכקייט בעז"ה אויפצוהאלטן דעם פליגער אויב מען זעט אז די וועג אדער דער דורכגאנג ביים גרעניץ געדויערט לענגער ווי ערווארטעט.
מיר ראטן דערפאר צו נעמען לכתחילה א פליגער אויף דאנערשטאג, אויב איר נעמט נישט דעם טשארטער. (נעמט אין אכט: אז עס וועט זיין זייער שווער צו כאפן א פרישע פליגער, אויב איר פארפאסט אייער פליגער מיטוואך, צוליב די ווייניג פליגערס וואס פליען)
הצלחה, און בשורות טובות.
ביז דא איז די מעלדונג פון "פלען איט רייט" מיט די פילע דעטאלן און אפציעס וואס זיי האבן ארויסגעשטעלט, פון וואס יעדער קען זיך אויסוועלן די אפציע וואס איז אים דאס מערסטע צוגעפאסט. מיר האפן בעז"ה צו האלטן אינפארמירט אנשי שלומינו דא אויף אונזער וועבסייט, יעדעס מאל עס ווערט סיי וועלכע אפדעיט בנוגע דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן.
ווי שוין באריכטעט גייט ווייטער אן די בוי ארבעט ביים בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן, און מיט'ן תפילות וועט דער אייבערשטער העלפן אז אויך היי יאר, וועלן מיר זוכה זיין צו זיין ביים רבינ'ס ציון אויף ראש השנה, און אויספועלן א גוט יאר.
מי יתן לי אבר כיונה, אעופה ציון הקדוש אומנה!