קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו
 
אויפן פארלאנג פון אנשי שלומינו, ברענגען מיר אן אפדעיט פונעם טראוועל מומחה מו"ה אלי קנאל הי"ו, ווי ער געבט איבער די יעצטיגע אפדיעטס וואס וועט וועט בעז"ה אפווארטן אנשי שלומינו וועלכע פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, דורך נוצן די סערוויסעס פונעם אלעמען באקאנטן פירמע "פלען איט רייט".
 
היי יאר וועט דער טשארטער בעז"ה ארויספארן פון נוארק ניו דזשערס, זונטאג אווענט, א' סליחות אום 8:10 אווענט. אויפן פליגער וועט בעז"ה זיין צוגעשטעלט פון אלעם גוטן, מענער סטוארדס, מיט היימישע עסן. דער פליגער וועט בעז"ה לאנדן אין ריישא פוילן מאנטאג אום 11:00 פארמיטאג.
 
פון ריישא וועלן באסעס פירן דעם ציבור צו א געשמאקע זאל אין פשעמישל, ווי עס וועט זיין צוגעשטעלט א מקוה מיט עסן, און בעז"ה אום 3:00 נאכמיטאג לאזט מען זיך ארויס מיט'ן באן אויף א לאנגע רייזע דירעקט ביז אומאן (נישט בלויז קיין וויניצע ווי ביז היינט). 
 
דער באן גייט זיין שלאף באנען, עס וועט זיין צוגעשטעלט בעט געוואנט, און על פי רוב וועלן זיין בלויז צוויי מענטשן פער וואגאן, אויף די טרעין וועט זיין צוגעשטעלט צו עסן, און דער עיקר געשמאקע חלק פונעם באן איז אז מען שפירט בכלל נישט דעם גרעניץ. מען גייט דורך דעם גרעניץ צווישן פוילן-אוקראינע אויפן באן, מען גייט בכלל נישט אראפ ביים גרעניץ, נאר אנשטאט דעם קומען די גרעניץ פאטראל באאמטע ארויף אויפן באן, און בשעת'ן פארן זיגלען זיי די פאספארטן. איין וואגאן פונעם באן וועט זיין געאייגענט זיך צוזאם צו קומען צום דאווענען אדער עסן וכדומה, און דינסטאג אינדערפרי 5:00 פארטאגס קומט מען בעז"ה אן קיין אומאן אויסגערוט נאך א געשמאקע נאכט שלאף.
 
ביים באן סטאנציע אין אומאן וועלן בעז"ה זיין צוגעשטעלט גרויסע שאטל באסעס (אזוי ווי אין עירפארטס, וואס מען גייט ארויף דערויף מיט די רענצלעך). און נאך בערך צען מינוט פארן, וועט מען שוין שטיין אין פארנט פונעם בנין פון אנשי שלומינו היכל הקודש אין אומאן.
 
נאך ראש השנה, נאכן אויספועלן אלעס גוסט א זיסע לעכטיגע יאר פאר זיך די משפחה און גאנץ כלל ישראל, פארט מען ארויס פון אומאן מוצאי שבת קודש אום 11:30 ביינאכט אויף די זעלבע וועג ווי מען איז געקומען פונעם באן סטאנציע אין אומאן, דער שלאף באן קומט בעז"ה אן קיין פוילן זונטאג פארמיטאג אום 11:00, פון דארט פארט מען בעז"ה צו צום הייליגן שטאט ליזענסק ווי מען וועט זיך קענען אויסבעטן אלעס גוטס ביים הייליגן רבי'ן רבי אלימלך זי"ע, אזוי אויך וועט זיין צוגעשטעלט א מקוה און אלעס וואס מען דארף. אום 3:00 נאכמיטאג פארט ארויס צום עירפארט אין ריישא. דער פליגער וועט בעז"ה לאנדען זונטאג נאכט צום גדלי' 9:00 אין נוארק ניו דזשערסי.
 
אויסער דעם שטעלט פלען איט רייט צו באקוועמע ברייטע באסעס פון מאלדאווע קיין אומאן פאר די וואס קומען אן אהין מיט רעגולער פלייטס, עס וועט זיין צוגעשטעלט לייכטע איבערבייס. אזוי אויך וועט זיין א באן זונטאג צום גדלי' אינדערפרי קיין קראקא פאר די וואס פארן ארויס פון פוילן מאנטאג אווענט, דער באן וועט ארויספארן צום גדלי' אינדערפרי פון וויניציע, און קומט אן קיין פוילן זונטאג אויפדערנאכט, ווי עס וועט זיין צוגעשטעלט נאכטמאל, מקוה און א האטעל איבערצושלאפן אין קראקא.
 
אנשי שלומינו זענען מתפלל מען אנקומען צום הייליגן רבין ציון אויף ראש השנה. און אז דער נארישער זינלאזע מלחמה זאל זיך שוין ענדיגן און מען זאל קענען גרינגער שנעלער און ביליגער קומען און גיין קיין אומאן.
 
איש בל יעדר!