אין די טעג הערט מען גאר פריידיגע נייעס פון די הנהלת המוסדות אין שטעטל, אז עס האט זיך געשאפן פרישע פלענער איבער א נייע בנין פארן תלמוד תורה, נאכדעם וואס די ערשטע צוויי בנינים איז שוין ברוך השם אויסגעוואקסן, און עס איז שוין נישט דא קיין פלאץ אריינצולייגן נאך קינדער קע”ה.
 
אנדערש ווי מען האט באריכטעט א שטיק צייט צוריק איבער א פלאן איבערצובויען דעם בנין אויף מעין סטריט, כדי עס אהערשטעלן פאר א חדר, איז דאס אבער געווארן אפגעשטעלט צוליב וואס מען האט געזען אז מען וועט דארפן אריינלייגן צופיל געלט אויסצופירן דעם פלאן. די געזעץ איז אז יעדע קאמערציאלע בנין דארף האבן א ספרינקלער סיסטעם צו זיין גרייט אין פאל עס מאכט זיך לא עלינו א פייער, און כדי דאס צו קענען אינסטאלירן וואלט מען געדארפט גראבן אינטער א סטעיט ראוד, וואס דאס וואלט געברענגט גאר אסאך שוועריקייטן, און וואלט אריינגעשלעפט אין גאר גרויסע סכומים פון אפאר הונדערט טויזענט דאלער, במילא האט דער ראש ישיבה צוזאמען מיט די הנהלה באשלאסן צו לייגן דעם גאנצן פלאן אין א זייט, און אנגעהויבן טראכטן אויף פרישע געדאנקען.
 
במשך דעם גאנצן צייט האט מען שטענדיג געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל טרעפן א פאסיגע פלאץ פארן תלמוד תורה, אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט פאר אנשי שלומינו אז מען ארבעט גאר שווער אויף אלע פראנטן צו טרעפן א בנין, וואס דאס האט אויך געברענגט אז אנשי שלומינו זאל ארויסהעלפן מיט תפילות מען זאל טרעפן א פאסיגע פלאץ.
 
ברוך השם יעצט הערט מען די פריידיגע נייעס אז מען האט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף פלענער צו בויען פון פריש א נייע גרויסע בנין אויף די שטח המוסדות ביים ווינקל פון דענמען און רוט 52 . די שטח איז 50 אקער גרויס (וואס באדייט צוויי מיליאן סקווער פיס) וואו מען וועט מיט’ן אייבערשטנ’ס הילף בויען א בנין פון 20 טויזענט סקווער פיס, און וועט האבן פלאץ פאר בערך צוויי טויזענט קינדער.
 
די מעלה פון נוצן דעם שטח איז אז מען קען שטענדיג צובויען ווען עס פעלט אויס, און אזוי אויך פארמאגט עס אסאך פלאץ פאר די קינדער צו שפילן אינדרויסן.
 
לויט די יעצטיגע פלענער וועט מען יעצט בויען בנין פון צוויי שטאקן, אבער וועט ווערן געבויעט אויף א וועג מען זאל קענען ארויפציען דערויף נאך שטאקן ווען עס פעלט אויס. עס וועט אנטהאלטן א ריזיגע עס זאל פון 6,000 סקווער פיס, וואס דאס וועט אויך קענען ווערן געניצט פאר מעמדים אין די קהילה.
 
עס איז וויכטיג אנצומערקען אז דער שטח איז געקויפט געווארן מיט די געלט וואס אנשי שלומינו צאלן איין ביים קויפן א דירה אין שטעטל.
 
יעצט ארבעט מען אהערצושטעלן א ריזיגע סוער פלענט, וואס מען גייט בויען לכתחילה פאר טאפלט פון וויפיל קינדער עס גייט אריין אין דעם בנין.
 
בלייבט נאר איבער פאר אונז צו בעטן דעם אייבערשטן אז אלע פלענער זאל זיך אויסארבעטן צום גוטן, און מען זאל שוין בקרוב קענען אנהייבן די גרוב ארבעט און בקרוב אנהייבן נוצן דעם בנין, וואס דער בנין וועט ווערן גענוצט אריינצולייגן אין די קינדער די ריינע אמונה אינעם אייבערשטן, און די געשמאק צו תורה ומצוות אויף די וועג וויאזוי דער ראש ישיבה חזר’ט מיט אונז שטענדיג.