פלענער צו עפענען די לופטפעלדער אין אוקראינע
א כסלו תשפ"ה 📝
כאטש מיר שטייען נאך כמעט א יאר איידער ראש השנה, טראכטן ברסלבע חסידים א גאנץ יאר פון די הייליגע נסיעה צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן. יעדע קליינע בשורה וואס קען פארגרינגערן די נסיעה ווערט אויפגענומען מיט גרויס פרייד.
עס גייען שוין אן א לענגערע צייט שמועות אז עס ווערן געמאכט שריט צו עפענען די עירפארטן אין אוקראינע, נאכדעם וואס אלע לופט רוימען זענען געווארן הערמעטיש פארמאכט אין די לעצטע עטליכע יאר.
זייט די רוסיש-אוקריינישע מלחמה האט אנגעהויבן, זענען מיר געווען געצווינגען דורכצומאכן שווערע און לאנגע וועגן כדי צו אנקומען צום הייליגן רבין. אלע האבן געמוזט קומען מיט פליגערס קיין אומאן דורך אריינפליען צו די דערנעבנדיגע לענדער ווי מאלדאווע און פוילן, וואס האט געמאכט די נסיעה גאר לאנג און אויסמוטשענד, פון דארט האט מען געדארפט פארן לאנגע שעות אין א באן, באס אדער קאר ביז אומאן. די גרעניץ דורכגאנג נעמט צומאל שעות, און עס האט זיך שוין געמאכט אסאך פעלער ווי מענטשן האבן פארפאסט פליגערס אהיימצוקומען נאכ'ן ראש השנה, וואס האט אנגעברענגט עגמת נפש, און גרויסע הוצאות.
יעצט האט מען געהערט אז דער אוקריינער פרעזידענט, וולאדימיר זעלענסקי, אז זיי ארבעטן צו עפענען דעם לבוב (לעמבערג) עירפארט. עס איז אמת אז לעמבערג גאנצע פינף שעה אוועק פון אומאן, אבער אפילו דאס וועט בעז"ה שטארק פארגרינגערן די נסיעה. און מיט די תפילות פון אנשי שלומינו וועט עס בעז"ה נאכפאלגן מיט עפענען די אנדערע עירפארטס אויך.
ווי עס זעט אויס וויל מען נאכנישט עפענען דעם קיעווער עירפארט, צוליב וואס די אינשורענס פירמעס זענען נאכנישט גרייט צו פארזיכערן די עירפארט אינעם הויפטשטאט, אבער לבוב איז ווייט ארויס זייער נאנט צו די גרעניץ פון פוילן, וואס דאס אליינס וועט שפארן פילע שעות פון די וועג, און בעיקר גענצליך עלימינירן דאס דארפן דורכפארן דעם גרעניץ.
דערווייל האט מען נאך גארנישט געמאלדן ווען און וואו, און עס איז בכלל נישט זיכער וואס וועט זיין, דערפאר בעטן מיר אנשי שלומינו זאלן ווייטער מתפלל זיין אז עס זאל זיך אויסארבעטן צום גוטן, און מען זאל קענען פארן דירעקט קיין אוקראינע.
נאך מער איז עס וויכטיג צוליב דעם וואס קומענדיגע ראש השנה תשפ"ו פאלט אויס פונקט אינמיטן די וואך - דינסטאג און מיטוואך. און אויב מען וועט דארף פארן ביז מאלדאווע, אדער פוילן וועט דארפן זיין אוועק פון דערהיים כמעט צוויי וואכן, ווייל צוליב די לאנגע וועג, און די קורצע צייט צווישן שבת און ראש השנה וועט מען דארפן ארויספארן נאך פאר שבת, דאס מיינט מיטוואך-דאנערשטאג, און צוריק ווערט עס זייער שווער אהיים צו פארן בעפאר שבת, ווייל ביז מ'קומט אן צום לופט פעלד איז שוין דאנערשטאג נאכטמיטאג, און בכלל פארן ארויס זייער ווייניג פליגערס קיין אמעריקע נאכמיטאג. דאס מיינט אז אסאך וועלן נישט קענען ארויספארן ביז זונטאג-מאנטאג נאך ראש השנה.
די גוטע נייעס זענען זיכער די רעזולטאטן פון די תפילות פון ברסלבע חסידים קינדער, וואס בעטן יעדן טאג דעם אויבערשטן אז די גרעניצן זאלן זיך פולקאם עפענען און די נסיעה קיין אומאן זאל ווערן גרינגער. מיר זענען ווייניג אינטערעסירט איבער די טענות און באשלודיגונגען פון די צוויי צדדים ווער עס איז גערעכט, אזוי אויך גייט אונז גאנץ ווייניג אן פאר וועמען די שטיק ערד "געהערט."
מיר זענען מתפלל אז די ליידן פון מיליאנען אומשוליגע מענער פרויען און קינדער זאלן זיך שוין אויפהערן, און די זינלאזע מלחמה זאל זיך שוין איינשטילן, און דערמיט וועלן מיר שוין אויך קענען פארן און קומען גרינגער און געשמאקער און אויספועלן א גוט געבעטשט יאר.