🧱 פלענער פארן בנין אין אומאן וואס איז שוין אויסגעוואקסן
כ אדר תשפ"א 📝
נאך אזא שווערע יאר וואס איז פאריבער, הויבט שוין אן צו שיינען די ליכטיגקייט פונעם הייליגן רבינ'ס ראש השנה, מיר גרייטן זיך אויף די הייליגע נסיעה קיין אומאן צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א צו מקבל זיין אלע תיקונים פון הייליגן רבי'ן, און גלייכצייטיג בעטן מיר דעם אייבערשטן אז דאס יאר זאלן מיר קענען אנקומען צום הייליגן רבי'ן אן קיין שום מניעות און שטערונגען.
ווי באקאנט האט מען אין די ערשטע פאר יאר זיך געוואלגערט פון איין פלאץ צום אנדערן, מ'האט געדינגען איין לאקאל, און דערנאך ווען עס איז אויסגעוואקסן האט מען געדינגען א צווייטע לאקאל, אבער אויך דאס איז מען ב"ה זייער שנעל אויסגעוואקסן.
דאן איז דער ראש ישיבה אריינגעשפרינגען מיט מסירת נפש אינעם גרויסן פראיעקט פון בויען א נייעם בנין ספעציעל געאייגענט פארן געברויך פון ראש השנה אין אומאן פאר אנשי שלומינו.
מיט סייעתא דשמיא האט מען ב"ה געטראפן א פאסיגע שטח אויף די שטילע "בילאצערקאווסקע" געסל, אינדרויסן פונעם צענטער, אוועק פון די הו-האַ פון די "פּושקינא" גאס, א ריין ווינקל צוגעפאסט פאר תלמידי היכל הקודש וואס קומען מיט די קינדער שלא טעמו טעם חטא. געלויבט דעם אייבערשטן מען האט אויפגעבויעט אויפן פלאץ א הערליכע זעקס שטאקיגע בנין.
פאר דריי יאר צוריק איז מען צום ערשטן מאל אריין אינעם בנין אויף ראש השנה, וואס איז נאך דאן געווען ממש רוי, און איז גענוצט געווארן אויף א צייטווייליגן פארנעם, עס האט געהאט איין שטאק פון שלאף צימערן, דער מקוה, דער בית המדרש, און דער קאך, אבער אלעס אויף א פראוועזארישן אופן.
פאר צוויי יאר צוריק איז שוין דער גאנצער סטרוקטור פון אלע שטאקן געווען אויפגעבויט, צוויי פון די פיר שטאק שלאף צימערן זענען שוין געווען פארטיג, די קיך איז שוין געווען אויסשטאפירט מיט אלע געברויכן, די מקוה האט שוין געהאט א העכסט סאפיסטיקירטער פילטער. אויך האט מען צוגעקויפט א שטח פון אונטערן בנין ווי מען האט אינסטאלירט א גרויסע וואסער טאנק עס זאל זיין מער וואסער פארן געברויך.
פאריאר האט מען ב"ה צוגעקויפט נאך א שיינע פראפערטי נעבן בנין, מען זאל קענען צובויען און זיך אויסברייטערן.
פאריאר האט מען אריינגעלייגט אימערמידליכע גרויסע כחות אז אנשי שלומינו זאלן קענען קומען צו פארן צום רבינ'ס ראש השנה, אינגעלייט האבן זיך מוסר נפש געווען, געקויפט טיקעטס פאר טייער געלט, און זיך געוואלגערט עטליכע טעג אויף די וועגן, און פרובירט אלע סארטן אומוועגן אנצוקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה. אבער דער אייבערשטער האט אנדערש געוואלט, צו סוף דער ראש ישיבה מיט די תלמידים געפראוועט דעם ראש השנה אין קרית ברסלב שטעטל אין אפסטעיט.
היי יאר זענען אלע אנשי שלומינו מתפלל מען זאל קענען איבערקומען אלע מניעות און שטרויכלינגען וואס די סטרא אחרא לייגט אריין אויפן וועג, יעדער מיט זיינע פריוואטע מניעות, און מען בעט דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין אנצוקומען צום הייליגן רבין ווי ער האט געבעטן און געפאדערט.
עס ווערן יעצט געמאכט פלענער פארן בנין אויפן קומענדיגן יאר, ווי מען זעט שוין אז עס איז אוממעגליך אריינצונעמען אלע אנשי שלומינו וואס ווילן וויילן דעם יום טוב מיטן ראש ישיבה.
פאלגענד זענען די פראיעקטן וואס וועלן געמאכט ווערן אין די קומענדיגע חדשים, בעזרת השם יתברך:
🧱 מען דארף ענדיגן די אויבערשטע צוויי שטאק שלאף צימערן נאכצוקומען די גרויסע פארלאנג.
🧱 עס דארף ווערן געקויפט און אינסטאלירט אן עלעוועטיאר וואס פעלט זיך אויס פאר אזא הויכע בנין.
🧱 מען דארף בויען א נייע גרויסע לאנטש רום וואס די יעצטיגע איז שוין געווען ממש אוממעגליך אריינצונעמען דעם גרויסן ציבור.
🧱 מען דארף בעז"ה פארגרעסערן די מקוה (אויף די פלאץ פון לאנטש רום)
🧱 מען דארף מאכן א פראקטישע קאווע צימער,
🧱 מאכן א קלענערע לאנטש רום וואס זאל ווערן גענוצט פאר טאטעס מיט קליינע קינדער וואס עסן אין אנדערע צייטן.
דער נייער בית הדפוס אין אומאן
נסיעה אומאן ראש השנה תשע"ג מיט מוהרא"ש זי"ע
הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל