פסק פון דומ"ץ קרית ברסלב שליט"א איבער טראגן א פאספארט אום שבת ויום טוב
י אלול תשפ"ב 📝
אין די יעצטיגע טעג איידער אנשי שלומינו לאזן זיך אין וועג אריין מיטן אייבערשטנ'ס הילף קיין אומאן כדי צו מקיים זיין דעם רצון פון הייליגן רבין וואס האט געבעטן און געמאנט אז אלע זאלן קומען צו אים אויף ראש השנה, "קיינער טאר נישט פעלן", און צוליב דעם וואס די אוקריינע רעגירונג פארלאנגט פאר זיכערהייט סיבות אז יעדער וואס געפונט זיך אויפן גאס סיי וואו אין אוקריינא דארף האבן מיט זיך זיין פאספארט, וואס די פאליציי קען צו יעדע מינוט בעטן אז מען זאל זיי עס ווייזן. טוט זיך א דיון אין די הלכה'דיגע וועלט איבער'ן איסור מוקצה פון מטלטל זיין א פאספארט אום שבת ויום טוב,
דער ראש ישיבה שליט"א האט פארבעטן הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א דומ"ץ קרית ברסלב, ער זאל דורכטון דער נושא און ארויסגעבן זיין פסק הלכה וואס מען זאל טון אין אזא פאל.
דער דיין הייבט אן זיין תשובה מיטן ארויסברענגען אז צוליב דעם וואס הגאון ר' אליעזר יודא קעניג שליט"א האט מתקן געווען א מהודר'דיגע עירוב פונעם בנין היכל הקודש צום הייליגן רבינ'ס ציון דארף מען דא נישט דן זיין איבער די הלכה פון טראגן אום שבת קודש.
דערנאך גייט דער דיין אריין אין א דיון איבערדעם אז א פאספארט גייט אריין אינעם גדר פון מוקצה אלס "כלי שמלאכתו לאיסור" צוליב דעם וואס עס איז רייזע שריפטן און איז געמאכט פאר א זאך וואס מען טאר נישט טון אום שבת קודש, אבער דערפאר - שרייבט דער דיין - איז עס נאך מותר צו מיטנעמען מיט זיך אום שבת ווייל א כלי שמלאכתו לאיסור מעג מען מטלטל זיין "לצורך גופו ומקומו", און דא דארף מען עס האבן צו קענען ווייזן פאר די פאליציי.
אבער דא - ווייזט דער דיין צו - קען צוקומען א פרישע איסור מוקצה, דאס איז "מוקצה מחמת חסרון כיס" וואס מיינט אז א טייערע זאך וואס מען היט אפ אז מען זאל זיך נישט סתם ארומשפילן דערמיט, איז מוקצה אום שבת, און דאס איז שוין הארבער, ווייל א מוקצה מחמת חסרון כיס איז נישט מותר לצורך גופו ומקומו.
אבער - פירט דער דיין אויס - ביי אונזער פאל ווען מען דארף עס צוליב וואס מען מוז עס ארומטראגן מיט זיך כסדר כדי צו קענען פשוט גיין פון איין פלאץ צום צווייטן, איז עס נישט מוקצה מחמת חסרון כיס, ווייל מוקצה מחמת חסרון כיס גייט נישט אן ביי א כלי שמלאכתו להיתר, דער דיין ווייזט צו אין די הערות א תשובה פונעם "עמק התשובה" אז אן אתרוג פושקע האט די הגדרה פון "מוקצה מחמת חסרון כיס" אבער פארט אום שבת קודש סוכות איז עס מותר, ווייל דאן איז עס באשטימט פארן אתרוג וואס איז מותר צו מטלטל זיין, דעפאר אין אונזער פאל, ווען מען דארף האבן דעם פאספארט לצורך א זאך וואס איז מותר - ארומגיין אין שטאט ווען עס איז דא אן עירוב - פאלט אראפ דערפון דער "מוקצה מחמת חסרון כיס", און עס איז מותר צו מטלטל זיין.
דער דיין ענדיגט צו אז פארט זאל מען נישט סתם אזוי מטלטל זיין דעם פאספארט, סיי צוליב וואס שבת קודש טאר מען נישט מטלטל זיין אפילו א זאך וואס איז נישט מוקצה סתם אזוי. אזוי אויך ארומגיין מיט א פאספארט קען אויסזען ווי א וואכענדיגע זאך ("עובדא דחול"), און קען אויסזען ווי מ'איז ח"ו מזלזל אינעם הייליגן שבת ("זילותא דשבת"), דערפאר זאל מען אריינלייגן דעם פאספארט אין טאש, און עס נאר ארויסנעמען ווען די פאליציי פארלאנגט אז מען זאל עס ווייזן.
ביי די בילדער אפטיילונג קען מען זעהן דעם אפגעשריבענעם פסק פונעם דיין שליט"א אין לשון הקודש
השומר שבת הקדוש ברוך הוא מוחל לו עונותיו