מען דארף פאר קיינעם נישט זאגן איבער'ן ראש ישיבה ווארימקייט פאר הדפסה און הפצה. מוהרא"ש פלעגט אלץ בעטן און מעודד זיין אנשי שלומינו זאלן מקיים זיין די בקשה פון הייליגן רבי'ן איבער "אנטרוקנען ביימער" און פארציילן די מעשה פון די פטירה פון רבי'נס גרויסע תלמוד דער הייליגער רבי נתן וואס האט געבעטן ממש פאר זיין פטירה לחיי העולם הבא אז מען זאל ווייטער דרוקן און פארשפרייטן די תורות און עצות פון הייליגן רבין וואס איז מקשר אידישע קינדער לאבינו שבשמים און מיט דעם איז מען מקרב די גאולה.
 
דערפאר ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געהערט אז מו"ה בניהו אונגאר הי"ו וויל אונטערשרייבן א שטר שותפות מיט'ן קרן הדפסה, און אפקויפן די זכות פונעם ספר "די צדיק'ס עקאמפלישמענטס" חלק א', האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א זייער געפריידט דערצו, און איז טאקע ארויפגעקומען אין שטוב פון מו"ה בניהו הי"ו ווי ער האט מיט א געוואלדיגע שמחה אויפגענומען דעם ראש ישיבה שליט"א און געשמועסט איבער די גרויסקייט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים.
 
דער ספר פעולות הצדיק איז א הערליכע ווערק געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע וואו עס ווערט אראפ געשריבן אין א הערליכע סדר און מיט א געשמקע שפראך די גאנצע לעבן פון הייליגן רבין אנגעהויבן מיט'ן שידוך ווי דער הייליגער בעל שם טוב האט צוגעזאגט אז ער וועט זיך משדך זיין מיט'ן הייליגן רבי נחמן הארידענקער זי"ע ביז נאך די פטירה פון הייליגין רבין. מוהרא"ש האט צוזאם גענומען אויף א גאר שיינע וועג די גאנצע לעבנ'ס געשיכטע פון רבי'ן אלעס וואס ער איז דורך פון קינדווייז אן, די חתונה, און ווי דער רבי האט אנגעהויבן צו פירן אן עדה, די נסיעה קיין ארץ ישראל, די גרויסע מדריגות צו וואס דער רבי האט דערגרייכט, די הייליגע תלמידים, און אזוי ווייטער, אלעס געשריבן אויף א וועג אז ווער עס לערנט עס זאל עס קענען מיטנעמען אויף למעשה, פול מיט עצות און הדרכות אויף עבודת ה'.
 
דער ספר איז פאכמאניש איבערגעזעצט געווארן דורכ'ן חשובן און געטרייען מנהלת פון בית פיגא שולע מרת לעססער תחי', וואס האט אריינגעלייגט איר הארץ און נשמה אין דעם ספר, און געמאכט א הערליכע ארבעט. אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען איבער דעם ספר, מיט א פרישע אויפלאגע, שיינע און קלארע דרוק, וואס וועט זיכער העלפן אלעמען לערנען אין דעם ספר.
 
דער זכות פון העלפן דרוקן דעם ספר וועט זיכער ביישטיין פארן נדבן, דער אויבערשטער וועט אים בענטשן מיט אלע ברכות האמורות בתורה, אידיש נחת.



The Tzadik's Accomplishments, Part I, Ungar Edition
 
The Rosh Yeshiva has always been passionate about printing and distributing the Rebbe’s seforim. Mohorosh consistently encouraged us to fulfill the Rebbe’s request to spread his teachings, a mission Morharnat always emphasized.
 
When the Rosh Yeshiva learned that R’ Binyahu Ungar wanted to partner with the Keren Hadfusa and acquire the rights to "The Tzadik's Accomplishments," Part I, he visited his house to sign the deal. They discussed the importance of printing and dissemination.
 
"The Tzadik's Accomplishments" is a beautifully written work by Mohorosh, detailing the Rebbe’s life from his birth, engagement, marriage, leadership, journey to Israel, spiritual achievements, and more. The book is practical and filled with advice for serving Hashem.
 
Mrs. Lesser, the dedicated principal of Beis Feiga School, expertly translated the book. Now, the Keren Hadfusa is preparing a new edition to enhance the learning experience.
 
Supporting this project will surely bring blessings to the donor and their family.