פון: גרשון קרעמער
 
ב"ה עס קומען אריין פרישע בילדער פונעם נייעם בנין אין אומאן, וואו מען זעט ווי די ארבעט רוקט זיך פאראויס גאר שנעל. נאכדעם וואס די סטרוקטור פון די אונטערשטע שטאקן איז שוין פארטיג, גיסט מען יעצט דעם קאנקריט פלאר פונעם פערטן שטאק. שטאפל נאך שטאפל זעט מען ווי דער נייער בנין ווערט ב"ה א מציאות.
 
ווער עס געדענקט די ערשטע יארן אין אומאן, געדענקט אויך ווי אנשי שלומינו פלעגן דינגען א פלאץ און זיך האלטן אינאיינעם. דער ציבור איז געוואקסן, די בחורים האבן חתונה געהאט און אנגעהויבן מיטברענגען די קינדער, און די פלעצער זענען געווארן צו ענג. אזוי איז מען אנגעקומען צום ערשטן אייגענעם בנין, וואו עס איז אויפגעבויט געווארן א ריזיגער בנין וואו מען קען לערנען, דאווענען, עסן און שלאפן, אלעס אינאיינעם אויף א רואיגן און ערליכן פלאץ.
 
ראש השנה תשע"ט האט דער בנין אנטהאלטן בלויז 130 בעטן, אבער מיט די יארן האט מען צוגעבויט נאך א שטאק שלאף-צימערן און נאך א שטאק, ביז דער בנין איז געוואקסן צו זעקס שטאקן: דער ערשטער שטאק - דער בעיסמענט מיט די מקוה און קאך, העכער דעם דער בית המדרש, און דערויף נאך פיר שטאקן שלאף-צימערן. פארגאנגענעם יאר זענען שוין געווען אינעם בנין איבער זעקס הונדערט בעטן, און דער בית המדרש האט פארמאגט איבער טויזנט זיצן.
 
אבער מיט דעם אלעם איז עס נאכאלץ נישט גענוג. די בעטן ווערן זייער שנעל אויסגעכאפט, דער ציבור וואקסט בלי עין הרע, און יעדעס יאר קומען צו פרישע מקורבים וואס ווילן קומען צום ריינעם ווינקל אין אומאן. בפרט פאר א טאטע וואס קומט מיט קינדער, איז אזא פלאץ גאר וויכטיג.
 
ווי שוין באריכטעט, איז דער יעצטיגער בנין היבש אנדערש פונעם ערשטן. דער נייער בנין ווערט געפלאנט אין פיר באזונדערע חלקים; מען בויט קודם איין חלק פון אונטן ביז אויבן, אנשטאט אויפצוציען א ריזיגע ברייטע סטרוקטור און זיך דערנאך מוטשען מיט אלע שטאקן אויפאיינמאל. ווען דער ערשטער חלק וועט זיין גרייט, וועט מען קענען צוטרעטן צום קומענדיגן חלק לויט דעם געברויך.
 
אויך דער אויסשטעל וועט זיין אנדערש: אנשטאט שטאקן מיט שלאף-צימערן, וועט עס האבן דירות. לויט די פלענער וועט יעדע שטאק האבן צוויי דירות, און אין יעדער דירה וועלן זיין דריי שלאף-צימערן, א קיך, א דיינינג רום און א בית הכסא מיט א שויער. אין יעדן שלאף-צימער וועט זיין פלאץ פאר צוויי בעטן – אדער סינגל בעטן אדער באנק-בעטן, לויטן פארלאנג.
 
די געסט וועלן פראווען די סעודות אין זייער אייגענער דירה. די צענטראלע קיך וועט צושטעלן דאס עסן, אבער די חבורה אדער משפחה וועט זיך אליין סערווירן און אפרוימען, פונקט ווי אינדערהיים. לויטן פלאן האפט מען צו באנייען דעם ערשטן חלק פונעם נייעם בנין אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ח, מיט דער הילף פונעם אייבערשטן.
 
עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז דא בויעט מען נישט בלויז א געביידע פון אייזן און ציגל; דא בויעט מען א רוחניות'דיגן בנין. א הייליגע פראיעקט וואס וועט געבן פאר נאך אידן די מעגליכקייט צו קומען צום הייליגן רבי'ן, צו קענען זיין אין אומאן אויף א רואיגן פלאץ און אויסנוצן די צייט מיט דאווענען, לערנען, און זיך אויסבעטן א גוט יאר.
 
אנשי שלומינו פארן נישט קיין אומאן פאר שוואוילטאג. יעדער ברענגט מיט זיינע אלע פעקלעך, דאגות, פרנסה, נחת, און די שוועריקייטן וואס ער קען אפילו נישט פארציילן פאר א צווייטן. מען קומט צום ציון, מען זאגט תיקון הכללי, מען רעדט צום אייבערשטן אויף זיין אייגענער שפראך, און מען בעט זיך אויס מען זאל קענען אנהייבן פון פריש און ווערן אן ערליכער איד. מען לאזט דארט איבער די פעקלעך, און מען פארט אהיים מיט א ריינע הארץ אנצוהייבן פון דאס ניי.
 
בפרט ראש השנה, ווען דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל". דער רבי האט זייער געבעטן מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, זאגנדיג: "קיינער טאר נישט פעלן". ער האט צוגעזאגט גרויסע הבטחות פאר די וואס קומען, און זיך אונטערגענומען צו זיין א מליץ יושר פאר זיי.
 
דערפאר איז יעדע פרישע דירה און יעדעס פרישע בעט נישט סתם א האטעל צימער; עס גרייט אן א פלאץ פאר נאך א איד וואס וועט קענען קומען, נאך א טאטע מיט א קינד, און נאך א משפחה וואס וועט קענען אויסנוצן די הייליגע טעג מיט הרחבת הדעת.
 
מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף וואו מיר האלטן שוין, און מיר בעטן אויף ווייטער אז די ארבעט זאל גיין גרינג און שנעל. די עוסקים במלאכת הקודש זאלן האבן כח און הצלחה, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו קומען צום הייליגן רבי'ן און פאלגן זיינע זיסע עצות, כדי מיר זאלן זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.