פון גרשון קרעמער
 
מיט גרויס פרייד גרייט מען זיך אינעם "קרן הדפסה" ארויסצוגעבן דעם פערטן חלק פונעם וועלט-בארימטן ספר "ותחיין את הילדים". דאס איז דער ספר פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער עניני חינוך, וואס גייט נישט אראפ פונעם טיש ביי טויזנטער טאטעס, מאמעס, מלמדים, לערערס, און ביי יעדן וואס האט נאר א שייכות מיט חינוך.
 
מען דארף נישט מאריך זיין איבער די צומישטע צייטן אין וואס מיר לעבן; יעדער וואס פארמאגט נאר א פענע אדער א מייק אין די הענט, קומט ארויף אויף די פילע האטליינס געבן לעקציעס און עצות, און זיי לערנען אויס "פערענטינג". אבער עס איז נישט קיין סוד אז מען מוטשעט זיך נאך אלץ. דאס איז נישט ווייל מען איז פויל – וואס וואלט דען א טאטע אדער א מאמע נישט געטאן פאר זייערע קינדער? נאר מען איז פשוט צומישט: וועמען זאל מען פרעגן? דארף מען גיין ווייך אדער שטרענג? דארף מען פארלאנגען אדער דארף מען פארקוקן?
 
דערפאר צוכאפט די אידישע וועלט די ספרים וואס זענען געבויט אויף די שיעורי חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א. יעדער וואס כאפט א בליק דערין, זעט קלארע און קראנטע מהלכים אין חינוך; א צוגאנג וואס ארבעט טאקע, א מהלך וואס איז צוגעפאסט צום היינטיגן דור, און מעטאדן וואס זענען גענומען בלויז פון ריינע מקורות – פון די תורה און פון חז"ל – און חלילה נישט פון קיין פרעמדע בורות נשברים.
 
ב"ה עס זענען שוין ארויסגעקומען דריי הערליכע בענדער פון די סעריע ספרים, וואו עס איז אריינגעלייגט געווארן א געוואלדיגע ארבעט. דער יעצטיגער באנד וועט בעז"ה, פונקט ווי די פריערדיגע, צוכאפט ווערן דורך טויזנטער אידן איבער די וועלט, און וועט געבן די געלעגנהייט פאר צענדליגע טויזנטער אידישע קינדער צו באקומען דעם זיסן חינוך וואס מיר האבן מקבל געווען פון די פריערדיגע צדיקים, וועלכע האבן אונז געלערנט דעם וועג וויאזוי מחנך צו זיין אונזערע קינדער צו לעבן מיט'ן אייבערשטן טאג-טעגליך.
 
עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר'ן "נדבן המהדורה" וועלכער איז אנטקעגן געקומען די קרן הדפסה און אפגעקויפט דעם זכות פונעם גאנצן באנד, וואס וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת מרדכי יעקב". אזוי אויך האבן שוין דרייסיג קלוגע אידן אפגעקויפט דעם זכות פון א פרק אינעם ספר, און זענען דערמיט געווארן שותפים אין דעם הייליגן פראיעקט – א זכות וואס וועט זיי זיכער באגלייטן לעולם ועד.
 
יעצט איז די לעצטע געלעגנהייט זיך צו משתתף זיין אין די הוצאות. עס זענען געבליבן בלויז צוויי פרקים עוועילעבל; דער זכות פון א פרק איז $1,000. מען קען אויך נאך קויפן א זכות אינעם ספר פאר $500. רופט יעצט דעם גבאי אויף 347-578-4449 צו פארזיכערן אייער זכות אין דעם ספר וואס וועט בעז"ה צוכאפט ווערן איבער די גאנצע וועלט.
 
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.