פערמענאנטע מקוה ווערט געבויעט אינעם נייעם געגענט אין שטעטל
ה אדר א' תשפ"ד 📝
כמעט יעדע אינגערמאן נאך די חתונה האט חלומות פון קויפן א הויז. ער טראכט און פלאנירט, ער וועט ארבעטן ווערן די מענעדזשער, זיך איבערארבעטן, זיין ווייב וועט ארבעטן, מען וועט סעיוון געלט, מען וועט בארגן, אריינטאנצן און זיך קויפן א הייזקע, מען וועט האבן א דאך איבער'ן קאפ. פילע אינגעלייט זעען זיך צען יאר נאך די חתונה - אין בעסטן פאל עס איז זיי שוין יא געלונגען צו קויפן א הויז - מיט מארגעזשעס וואס מען קען נישט דערהייבן. כאטש מען ארבעט פון פארטאגס ביז שפעט ביינאכט, מען האט אויך א זונטאג דזשאב, און די ווייב ארבעט אויך, קען מען נישט דערהייבן די הוצאות. וואס צום ערשט פאלט עס אויף די קינדער, די קינדער זעען נישט דעם טאטן משבת לשבת, און אפילו דאן שלאפט ער גלייך איין ביי די סעודה. און אפילו די מאמע איז נישט צום האבן, זי דארף ארויסלויפן צו איר דזשאב, און קוים וואס זי קען קעיר נעמען פון אירע קינדער, און בכלל ווי קען מען דאווענען, לערנען, האבן שלום בית, מחנך זיין קינדער ווען מען האט חובות אויפן קאפ?
דערפאר לייגט דער ראש ישיבה א גרויסע דגוש אינעם שטעטל אז די פרייזן זאלן בלייבן עפארדעבל. איינע פון די זאכן וואס מען טוט דערפאר איז אז מען צושפרייט זיך, אויב נישט יעדער מוז גיין אין די זעלבע ד' אמות קען מען זיך צושפרייטן אויף ריזיגע מיילן, און די פרייזן בלייבן סטאביל, צוליב וואס די מארקעט ווערט נישט איבערגעשטרענגט.
אין די לעצטע צייט האבן זיך פילע אנשי שלומינו געקויפט דירות אין א פרישע געגענט נישט ווייט פונעם תלמוד תורה געביידע פאר גינסטיגע פרייזן, און היינט וואוינען שוין דארט א שיינע צאל משפחות.
אינעם נייעם געגענט האט מען תיכף געעפענט א בית המדרש לתורה ולתפלה, א בית המדרש וואס איז דער צענטער פונקט פונעם געגענט, ווי אלע שעפן חיות עצות און חיזוק. דער געטרייער גבאי מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו פון די חשובע איינוואוינער פירט דעם בית המדרש געניט, מאכט זיכער אז אלע געברויכן ווערן צוגעשטעלט, אזוי אויך זענען זיך אלע מחי' מיט זיינע פערל ווערטער ביי די שיעורים אין בית המדרש, ווי סיפורי מעשיות שבת אינדערפרי, און דברי תורה ביי שלש סעודות.
מען האט זיך אבער צוערשט געמוזט באגיין מיט א פראוויזארישע מקוה, דער ראש ישיבה אבער האט געבעטן מען דארף בויען א דויערהאפטיגע פערמענאנטע מהודר'דיגע מקוה. ברוך השם אין די לעצטע וואכן האט מען שוין געגאסן די בור, און אין די יעצטיגע טעג האט מען שוין אנגעהויבן לייגן די טיילס אינעם בור המקוה. וואס מען האפט אין די נאנטע טעג צו פארענדיגן לשביעת רצון פון אלע מתפללים.
מה מקוה מטהר, אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל