פערציג חתונות בחנם אפגעצייכענט
יח אלול תשפ"ב 📝
אין די יעצטיגע טעג איז געווארן אפגעצייכעט דער פערציגסטע חתונה אין בית המדרש. דאס איז א נומער וואס דארף ווערן באצייכענט מיט גאלדענע אותיות. דאס זענען פערציג חתונות וואס אכציג מחותנים און אכציג מחותנת'טעס, פערציג חתנים און פערציג כלות, פון אלע סארטן און אלע מינים, טייל זענען רייכע, טייל ארימע, צווישן זיי זענען דא כאניאקעס, רבישע, פרומע, באלעבטישע, בעסערע, צופלויגענע און צוזאם גענומענע און אלעס אינצווישן, וואס האבן אבער באשלאסן אז זייער חתונה וועט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב.
די חתונות אין בית המדרש זענען א סערוויס וואס ווערט צוגעשטעלט דורך די קהלה פאר געצליך בחינם; מענטשן מיינען אז ווען מען זאגט אז די חתונות זענען בחנם, איז עס א גוזמא, מען טראכט וויבאלד מען בעט "בלויז דריי-און-א-האלב טויזענט דאלער א זייט" וואס איז ממש בחנם קעגן אדערע זאַלן, דרוקט מען זיך אויס אז עס איז "בחנם". אבער ניין, ווען מען זאגט אז די חתונות זענען בחנם מיינט מען עס ממש אין פילן זין פון ווארט. די קהלה שטעלט צו די סערוויס פון א גאנצע חתונה נאכט, טישן, בענקלעך, עסן, מוזיק, בלומען, און מצוה טאנץ און אזוי ווייטער פאר קיין איין פעני אויף א גאלדענעם טאץ. די מחותנים און חתן כלה דארפן בלויז אריינשפאצירן אויפן אפגעשמועסטן דאטום און פראווען די שמחה און קוועלן פון נחת ווען מען שטעלט אויף א פרישע אידישע שטוב, אן קיין הארץ דרוקעניש פון חובות און בזיונות.
מענטשן וואונדערן זיך, מען רעדט שוין יארן אין די אידישע עסקנות וועלט וואס שפעקולירט און פלאנירט טאג און נאכט מיט עצות און געדאנקען וויאזוי מען קען ראטעווען די אכציג-נייציג פראצענט פון אידן וואס ברעכן אונטער ביים חתונה מאכן די קינדער.
מען האט שוין פרובירט תקנות, חתונה מאלס, אסיפות, דרשות, הסברות, עקספאוס, האט-ליינס, מארקעטינג פארמעסטן, ניגונים, כח היחיד, כח הרבים, גמליאל קאמפיין, כלל ישראל אסיפות, און מען וואונדערט זיך פארוואס מען קען נישט פועלן לכל הפחות צו האלטן די חתונות ביי די סטאנדארטן פון נעכטן? פארוואס מיט יעדע חודש שפעטער "מוז" מען שוין אויסגעבן נאך "נאר עטליכע טויזנט דאלער" נישט חלילה זיך אויפצורייסן, נאר פשוט צו הייסן א "נארמאלע" מענטש? מען קוקט זיך צו מיט אנגסט, און מען זעט ווי עס וואקסן ארויס יעדן טאג פרישע נייע "מנהגים" וויאזוי א "נארמאלע אידישע שמחה" דארף אויסזען, דאס הארץ טוט וויי ווען מען שרייבט כסדר צו פרישע סעיפים אינעם "שלחן ערוך של הנארמאלע" פונקטליך וואספארא נייע מתנות מען איז שוין יעצט מחייב צו געבן, און אין די זעלבע צייט קומען כסדר צו נייע "ימים טובים" ווען מען "מוז" קויפן מתנות. אזוי אויך אויף די קליידער געבט מען חלילה נישט אויף, די מארקעטערס שלאפן נישט און באווייזן אריינצולייגן פרישע סעיפים אינעם שלחן ערוך פונקטליך וויפיל קליידער, שיך און שטריימלעך מען מוז קויפן, וויפיל מאל מען מעג אנטון א קלייד במשך די ימי השמחה, מען ארבעט אויס די פרטי ההלכה וויפיל מוז דער שטריימל קאסטן, עקסטער פארן חתן, און מען איז מחזק די נייע תקנה אז די מחותנים מוזן זיך אויך קויפן א פרישע שטריימל ביי יעדן קינד'ס חתונה. די חכמי כעלעם זיצן ביי אסיפות וואס באשליסן וואס פארא מעבל "אידישע" פוירניטשור נארמאלע מענטשן קויפן. די מעניו וואס מען "מוז" געבן פארנעמט גאנצעטע בענדער אין "הלכות נארמאלקייט", עס איז אראפגעשריבן בפרטי פרטיות פונקטליך וואס פארא מעניו "באלעבאטישע" מענטשן מוז געבן ביי די ווארט, תנאים, לחיים, קידוש, קבלת פנים, און די חתונה, חלילה נישט אויסלאזן די שמאגערס באורד, און מיט וואס צו "מכבד זיין" ביים לאנגווייליגן "גראמען", אזוי אויך זיצן די "פארטי פלענערס" און ארבעטן אויס די וויכטיגע מעניוס פון די באווארפן, די פילע שבע ברכות, און שבת שבע ברכות. אפגערעדט איז די חתונה נאכט, ווי יעדע נייע "מנהג" מוז מען מקיים זיין ביז מסירת נפש, מען מוז האבן א קעניגליכע זאל, יעדער מוז באקומען סערווירט א גאנצע פארציע אפילו רוב גייט אין מיסט, מען מוז באשטעלן מינימום קאפלס, מען מוז האבן אן "עכטע" לייוו בענד, זינגערס און שפילערס און לייטינג וואס מאכן זיך און יעדעם משוגע, מען מוז טאנצן אזוי און אזוי, און דערנאך מוז איינער א "גראמער" גראגערן אין קאפ ביז צוויי אזייגער פארטאגס.
קהילת היכל הקודש האט נישט קיין "כח הרבים" אדער "כח היחיד", היכל הקודש האט עפעס אנדערש, דאס איז דא דער "כח הצדיק". מוהרא"ש האט יארן גערעדט דערפון און האט אין זיינער צייט געקענט אויסקוקן ווי א קול קורא במדבר, אבער ניין, דער צדיק'ס כח גייט נישט לאיבוד, ער האט איינגעזייט און איינגעפלאצט פאר פופציג יאר, און ברוך השם יעצט וואקסט ארויס די שיינע פירות וואס בליעט אזוי שיין לשם ולתפארת.
דער צדיק לערנט אונז אויס צו קוקן אויף וואס עס איז וויכטיג אין לעבן. מען זאל קוקן וואס דער אייבישטער וויל. און דער אייבישטער וויל אז מען זאל חתונה האבן, און וואס פשוטער און גרינגער אלס שנעלער קען מען בעזר השם טון שידוכים און חתונה האבן. דער צדיק קלארט אונז אויס די אמונה, און ווען מען ווייסט אז דער אייבישטער איז דא, ליגט שוין נישט די קאפ אין געפעלן פאר מענטשן, מען געבט נישט אויס קיין געלט - אפילו ווער עס דארף נישט בארגן - נאר כדי אז די אזוי גערופענע "חברים" זאלן כלומר'שט האלטן פון מיר.
דעפאר איז דאס א גרויסע שמחה ווען מען האלט דא אז מען האט אפגעצייכעט דער פערציגסטע חתונה אין בית המדרש, און מיטן כח פונעם צדיק מוהרא"ש זי"ע וועלן מיר ווייטער מצליח זיין צו אויפשטעלן א דור וואס וועט גיין לויט די מסורה אין די וועגן פון די פריערדיגע צדיקים.