אזוי ווי מיר דערנענטערן זיך מיט שנעלע טריט צום הייליגן יום טוב פסח, דער יום טוב פון אמונה, גרייטן זיך אידישע קינדער צום הייליגין יום טוב מיט פילע הכנות. מען קויפט איין מצות, וויין, פיש, פלייש און אלעס אינדערצווישן. אבער וואס קען זיין א בעסערע הכנה צום הייליגן סדר ווי לערנען דעם הייליגן הגדה "אור זורע" געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע? דער יעצטיגער מהדורה פון די הגדה איז גאר שיין אין הערליך געדרוקט מיט קלארע געשמאקע גרויסע אותיות, און צוגעשריבן דערצו די הערליכע ווערטער פון אמונה און די באדייט פון די הייליגע מצות פון די סדר נאכט געשריבן דורכן גרויסן צדיק מוהרא"ש זי"ע.
 
די הגדה אנטהאלט די גאנצע סדר נאכט מיט פילע שיינע ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער טייטשט אריין די ווערטער פונעם בעל ההגדה אויף לעובדה ולמעשה, און לייגט אריין די ווערטע אין מויל מען זאל קענען איבערגעבן די הייליגע אמונה פאר די קינדער און די ווייטערדיגע דורות.
 
די הגדה האט מען שוין עטליכע מאל איבערגעדרוקט און עס איז אלץ גלייך צוכאפט געווארן פון די מפיצים ווי נאר עס איז ארויסגעקומען. אבער יעצט איז דא א פרישע געלעגענהייט זיך איינצוקויפן דעם שיינעם הגדה. דער קרן הדפה האט לכבוד פסח געדרוקט א פרישע שפימענט פון די הגדה, אויף א גאר א שיינעם פארמאט, וואס וועט זיכער צוגעבן צום געשמאקן סדר נאכט.
 
איר קענט יעצט קויפן די הגדה פונעם וועבסייט, מאכט זיכער נישט אפצושטופן. יעצט איז נאך דא גענוג צייט אז עס זאל נאך אנקומען צו אייך אהיים גענוג פרי פארן הייליגן יום טוב, אז איר זאלט קענען לערנען דערין יעדן טאג אביסל ביזן הייליגן סדר נאכט, און אזוי ארום זיין אנגעזאפט מיט די הייליגע אמונה וואס איר וועט קענען איבערגעבן ביים סדר.
 
📖 הגדת אור זרוע לשון הקודש
📖 הגדת אור זרוע אידיש