ווענעזועלא - א לאנד אין דרום אמעריקע - גייט יעצט דורך א שטורעמישע צייט, מיט פראטעסטן איבער די גאסן און פראטעסטירער וואס נעמען איין דעם הויפט לופטפעלד פון לאנד. סטאטועס ווערן אומגעווארפן, און די סיטואציע איז זייער אנגעשטרענגט. וואס האט פאסירט? ווער האט ארויסגערופן די אויפברויז פון די מאסן? עס זענען פארגעקומען וואלן, און טוט זיך הויך יום טוב ווער עס איז דער געווינער. דער יעצטיגער פרעזידענט ניקולאס מאדורא באהויפטעט אז ער האט באקומען 51% פון די שטימען און דערפאר בלייבט ער אויפן אמט. אבער פילע אנדייטונגען און זיין היסטאריע צייגן אז ער פרובירט זיך האלטן ביים מאכט, כאָטש ער האט העכסט ווארשיינליך פארלוירן צום אפאזיציע פירער, פרוי קארינא.
 
די שכינות'דיגע לענדער בראשם די פאראייניגטע שטאטן האבן קלאר געזאגט אז זיי וועלן נישט טאלערירן אזעלכע אומלעגאלע שטיקעס, און זיי פארלאנגען אויפריכטיגע און אפענע רעזולטאטן. דער פרעזידענט פון ארגענטינע מיילי האט זיך אויסגעדרוקט שארף און קלאר "דער דיקטאטור מאדורא דארף שוין פליען."
 
וואס איז דער אמת, און וויאזוי קענען מיר וויסן? אבער אויב מיר נעמען היינט ארויס א חומש און הייבן אן די סדרה - וואס מטות און מסעי צוזאמען איז די לענגסטע סדרה, 250 פסוקים - און מיר ענדיגן עס אויף סוף וואך, זענען מיר זיכערע געווינער. דערפאר ווילן מיר דא אויסרופן בשם הרבנים הגאונים שליט"א, איש בל יעדר, יעדער מוז ארויסקומען וועלן. "הבחור בעמו ישראל באהבה", מיר וועלן וואוטן פארן אויבערשטן, און דער אויבערשטער וועט אונז אויסוועלן, און מיר וועלן ארויסגיין דער זיגער, לקדש שם שמים. 
 
דער אויבערשטער זאל העלפן אז די מצב אין די וועלט זאל זיך בארואיגן, אלע פראטעסטירער זאלן אהיים גיין, און דער אמת'ער זיגער זאל ארויסקומען. אבער מיר דארפן זיך בעיקר זארגן אז מיר זאלן זיגן אונזער אפאזיציע דעם יצר הרע וואס פרובירט מיט אלע כחות מיר זאלן קאנסידן צו אים, אבער הי' לא תהי' מיר וועלן בלייבן קעמפן פאר'ן אמת'ן זיגער, און בשם השם נעשה ונצליח.