פראכטפולער סיום מסכת עירובין, דעם קומענדיגן מוצש"ק תולדות הבעל"ט
כד חשון תשפ"א 📝
די קומענדיגע וואך מוצש"ק תולדות וועט אי"ה פארקומען ברוב פאר והדר דער גרויסארטיגער סיום מסכת עירובין וואס איז געלערנט געווארן אין די ראמען פונעם דף הקהלה במשך די לעצטע פאר חדשים.
די הכנות גייען אן מיט'ן פולסטן שוואונג, און עס איז ערווארטעט גאר א רייכער פראגראם מיט פילע איבעראשונגען פון וואס יעדער וועט הנאה האבן.
אנשי שלומינו וואס האבן זיך אנגעשטרענגט טאג איין טאג אויס צו לערנען דעם שיעור גמרא, וועלן יעצט זיך פרייען בשמחה של תורה, ווען מ'איז זוכה צו ענדיגן די גאנצע מסכתא, און גלייכצייטיג זיך אנגארטלען מיט א פרישקייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען דעם שיעור גמרא יעדן טאג אן אויסנאם.
מ'קען שוין קויפן טיקעטס צום מעמד אין די פאלגנדע געגנטער, אין וויליאמסבורג ביי מו"ה נחמן נתן קרויס הי"ו 347-404-8738, אין בארא פארק ביי מו"ה יצחק משה רייך הי"ו 646-391-9053, אין ברסלב ביי מו"ה בנציון יאקאבאוויטש הי"ו 347-585-9054, אין קרית יואל ביי מו"ה יואל טייטעלבוים הי"ו 845-467-5299.
אויך קען מען קויפן טיקעטס אנליין ביי דעם לינק פאר א מינימאלע אפצאל קליקט דא צו קויפן טיקעטס
צוליב דעם מצב וועלן אריינגעלאזט ווערן אין זאל נאר א געצוימטע צאל מענטשן. די זאל האט סעקיוריטי וואס וועלן זיכער מאכן אז ס'גייען נישט אריין מער מענטשן ווי ערלויבט, און מ'וועט צוגרייטן די פלעצער נאר לויט וויפיל טיקעטס עס זענען פארקויפט געווארן, דעריבער אויב ווילט איר האבן א זיץ ביים הערליכן מעמד, זעט צו קויפן די טיקעטס ווי פריער. מען וועט קענען קויפן טיקעטס נאר ביז דריי טעג פאר דעם מעמד, דאס הייסט מיטוואך תולדות.
אזוי ווי ביים פארגאנגענעם סיום איז די פרויען זאַל נישט געווען צוגעשטעלט ווי מ'דארף, האבן מיר דאס מאל אריינגעלייגט באזונדערע כוחות אז די פרויען זאלן האבן א באקוועמע פלאץ, און קענען מיטהאלטן דעם גאנצן מעמד.
עס וועט זיין צוגעשטעלט בעביסיטינג פאר אומזיסט, פאר קינדער ביז דריי יאר אלט.
הדרן עלך מסכת עירובין!