עס טוט זיך לעצטנס א גאנצע איבערקערעניש אין די גליל געגנט, נאכדעם וואס עס איז ארויס א באריכט איבער'ן געבורט פון א "פרה אדומה". ביי איינעם אויפ'ן פארם איז געבוירן געווארן א קו וואס איז אינגאנצן רויט, און תלמידי חכמים וואס האבן עס גוט דורכגעקוקט האבן באשטעטיגט אז די קו פארמאגט נישט קיין איין שווארצע האר.
 
אזוי ווי דאס קען מעגליך זיין א פרה אדומה כדת וכדין, האט דער אייגנטומער באשלאסן - נישט מער און נישט ווייניגער - צו געבן א נאמען פאר'ן ניי-געבוירן קעלבל "תמימה", באזירט אויפ'ן פסוק אין די תורה אז א פרה אדומה דארף זיין "תמימה".
 
אבער דער פסוק זאגט דאך ווייטער "אשר אין בה מום", און דא איז די זאך שוין נישט אזוי קלאר. גלייך ווען דאס קעלבל איז געבוירן געווארן, האט מען איר אריינגעשטאכן אין אויער א "טעג" (ear tag) ווי געווענליך אין די היינטיגע פארמס. יעצט איז אבער נתעורר געווארן א שווערע הלכה'דיגע שאלה צי דאס ווערט גערעכנט ווי א מום, וואס דאן זאגט די תורה אז דאס איז פסול.
 
מען זעט דעם גאנצן טומל וואס דער ספק פרה אדומה מאכט; מען רעדט דערפון אין די נייעס און מען קייט עס איבער ברייט און לאנג. אויב אזוי, וואסערע רעש וואלט מען דען געדארפט מאכן איבער א מצוה אין די תורה וואס איז א זאך וואס איז זיכער אן קיין שום ספק? אויב איך וועל מארגן שרייבן א פרישע העדליין: "תפילין געשריבן געווארן אין וויליאמסבורג", וועט דאס דער רעדאקטאר דורכלאזן? איך וועל אפילו אריינגיין אין אלע דעטאלן, ווי שווער מען האט געדארפט הארעווען אויסצוארבעטן די הויט עס זאל ווערן לעדער, דערנאך אויסארבעטן די בתים, שרייבן די פרשיות, און דערנאך עס פארנייען. ביי דעם איז דאך נישטא קיין שום ספק; די תפילין זענען דאך זיכער תפילין לכל הדעות, און מען קען זיי שוין ניצן. אפילו איך בין נעבעך טמא, איך בין נעבעך וואו איך בין, קען איך אנטון דעם אייבערשטנס קרוין.
 
אבער דערצו פעלט אויס תמימות. אפשר קען איך זיך אליין א נאמען געבן "תמימה"? ביי די קו בין איך דאך נישט זיכער צי זי איז טאקע תמימה, מען האט דאך געמאכט א לאך אין איר אויער, אבער מיר קענען זיך יא פירן מיט תמימות און פשיטות. מיר קענען זיך פשוט פרייען מיט יעדע מצוה, און פילן ווי מען האט געווינען די לאטערי יעדעס מאל וואס מען איז זוכה אנצוטון תפילין.
 
שטעלט אייך פאר וואסארא געוואלדיגע שמחה דאס וואלט געווען ווען איך פארליר חלילה מיינע תפילין אויפ'ן באן, און מ'רופט אן עסקן וואס גייט נאך די קעמערעס, און נאך עטליכע טעג ברענגט ער מיר צוריק די תפילין. ס'איז טאקע א געוואלדיגע קידוש השם צו זען ווי אידישע קינדער געבן זיך אוועק איינער פאר'ן צווייטן און ווי שטארק מ'האט מחשיב די הייליגע תפילין; אבער אז איך האב ב"ה נישט פארלוירן מיינע תפילין, איז דען די שמחה קלענער?
 
לאמיר זיך ארויסלאזן אין א טאנץ - אשרינו מה טוב חלקינו!
 
תמים תהיה עם ה' אלקיך
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות קענט איר רופן אדער טעקסטן 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו: askgershon@gmail.com.