פרוטה'לעך קאמפיין דערגרייכט ציל ב"ה דורך מער פון 5 א האלב טויזנט נדבנים
א תמוז תשפ 📝
מיט שבח והודאה צום אייבערשטן איז די פרוטה'לעך קאמפיין געקרוינט געווארן מיט פיל סוקסעס. יעצט דינסטאג מיטאג ווען די שורות ווערן געשריבן, האלט שוין דער שיסל שוין ביי 26,605,200 פרוטות, און דאס איז צושטאנד געקומען דורך ביז יעצטיגע 5,553 נדבנים וואס האבן זיך אנגערופן אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שכיוון לבו לשם שמים, ווען די אלע אידן האלטן פאר די אויגן די געוואלדיגע זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע ברסלבע מוסדות, מיט אלע אירע סניפים, וואס זענען פקיע שמיהם, און מען זעט די ארבעט פון אלע מיטארבייטער וואס האלטן אלץ פאר די אויגן דער ציל וואס די הייליגע מוסדות דארפן אויפצוטון, נאר אריינצוברענגען אין אידישע קינדער די לויטערע אמונה, נאך א איד זאל געדענקען אז מען קען נאר אנטלויפן צום אייבערשטן, און אז ער איז מיט א איד אין יעדע מצב און יעדע צייט, און מען קען אלץ צוריק קומען צו אים, א.א.וו.
עס איז נאכנישט צו שפעט מנדב צו זיין פארן קאמפיין. מען האט צוגעלייגט נאך ביז דעם דאנערשטאג נאכט ווי מען וועט קענען געבן פארן קאמפיין סיי אויפן טעלעפאן 212-444-9191 עקס. 8 און סיי אויף טשערידי.קאם/ברסלב (https://www.charidy.com/breslev), און ערשט דערנאך וועט מען ארויסציען דעם ראפעל וואס פאר $36 און העכער, קען מען געווינען $25,000.
אין זכות פון באשטייערן פאר די הייליגע מוסדות, וועט דער אייבישטער אייך אוודאי באצאלן מיט בני חיי מזוני און אלעס גוטס.