פרויען פון אנשי שלומינו קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף א הערליכע אומאן פארברענג
ח אלול תשע"ט 📝
נאכפאלגענדיג די גרויסע צופרידנהייט פון די פרויען פון אנשי שלומינו די פארגאנגענע יארן פאר ראש השנה, ווען די פרויען האבן זיך צוזאמגענומען אינאיינעם און געהערט דרשות און זיך געפריידט צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז די מענער זענען זוכה צו וויסן פון הייליגן רבי'ן און זענען זוכה צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, וועט דאס יאר נאכאמאל פארקומען די "אומאן פארברענג", זיך צו שטארקן צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז זיי שיקן זייערע מענער צום הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה.
וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדער וויל האבן די זכי' צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. דעריבער וועלן זיך די פרויען צוזאמנעמען און זיך שטארקן אינאיינעם צו שיקן די מענער אויף אומאן און אהיימברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר.
די פארברענג וועט פארקומען אי"ה מאנטאג נאכט פ' נצבים הבעל"ט אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג, ווי מ'וועט הערן שיינע דרשות, און מ'וועט מיטהאלטן א שיינעם פראגראם.
עס איז ערווארטעט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען פון אנשי שלומינו. די חשובע פרויען קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף דעם געשמאקן פארברענג, זיך צו פרייען אינאיינעם אויף די גרויסע זכי'.
ולאחיו יאמר חזק!
דרשה פון ראש ישיבה שליט"א פאר די פרויען ביים פארברענג תשע"ז
דרשה פון ראש ישיבה שליט"א פאר די פרויען ביים פארברענג תשע"ח