פרויען פארטי געווען א גרויסע סוקסעס
ה אייר תשע"ז 📝
דעם זונטאג איז פארגעקומען די יערליכער פארטי לטובת מוסדותינו הקדושים אין שטוב פון די חשובע מרת ניימאן (פראממער) שתחי', וואס איז באקאנט מיט אירע פילע לייסטונגען ארויסצוהעלפן אידישע קינדער איבעראל, און ספעציעל איז זי גאר שטארק איבערגעגעבן פאר אונזערע מוסדות, און זי העלפט שטענדיג ארויס מיט גרויס איבערגעגעבנקייט.
די פארטי האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר אן אויסערגעווענליכע סוקסעס. הונדערטער פרויען האבן אנטייל גענומען ביי די פארטי, און זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים, פארשטייענדיג די געוואלדיגע מצוה פון ארויסהעלפן אזעלכע הייליגע מוסדות אין וואס די טייערע קינדער ווערן מחונך מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, און האבן א חלק אין די הייליגע מוסדות וואס איז א לייכט טורעם פאר די גאנצע וועלט, ווען צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט שעפן חיות און התחזקות פון אט די הייליגע מוסדות.
די פרויען וועלכע האבן נישט געקענט אנטייל נעמען ביי די פארטי, קענען נאך אריינרופן אין אפיס איבערצוגעבן זייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 עקס. 101.
חכמות נשים בנתה ביתה!