מארגן מיטוואך נאכט וועט פארקומען די חודש'ליכע פרויען צאמקום, ווי די נשים צדקניות וועלן זיך צוזאם קומען און זיך מחזק זיין אנצוגיין ווייטער מיט זייער הייליגע טעגליכע ארבעט זיך אפצוגעבן מיט זייער שטוב.
דער ראש ישיבה וועט בעז"ה איבערגעבן זייער וויכטיגע הדרכה פאר די טייערע אידישע פרויען, ספעציעל פאר די קומענדיגע הייליגע פסח טעג הבעל"ט.
אזוי ווי ביז היינט, וועט מען אויך דאס מאל קענען ברענגען קליידער וואס פיט שוין נישט, אבער איז אין א גוטע צושטאנד און איז בל תשחית אוועקצואווארפן, און אנדערע פרויען וועלן זיך יעדער אויסוועלן וואס זיי דארפן פאר זיך.
איבעראל וועט עס זיין בעז"ה אום ניין אזייגער‎ אווענט.
די לאקאציעס זענען אי"ה ווי פאלגענד:
וויליאמסבורג: אין ישיבה, 27 סקילמאן סט.
קרית יואל: שניצלער, 6 גארפיעלד רד. #303
מאנסי: ביהמ"ד היכל הקודש, 32 דאלסאן סט.
דזשערסי סיטי: ביהמ"ד היכל הקודש, 47 איסטערן פארקוועי
בית שמש: אדרעס
קענווי איילענד ענגלאנד: רופט מרת דעפריסס 07787919493
ווער עס וויל אראנדזשירן א פרויען צוזאמקום אין זיין געגענט, קען רופן אין אפיס 718-384-1652
 
בזכות נשים צדקניות נגאלו אבותינו