פריידיגע געפילן צום שידוך שליסן ביים ראש ישיבה שליט"א
ח אדר א' תשע"ט 📝
מיט התרגשות'דיגע געפילן און גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף די פרייליכע בשורה מיט'ן שידוך שליסן פונעם עלטסטן זון פונעם ראש ישיבה שליט"א, הבחור החשוב שלמה ני"ו, מיט די טאכטער פון מוה"ר יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי דבית המדרש היכל הקודש ברסלב קרית יואל, שכונת עצי תמרים.
דער חתן איז פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, וואו ער האט אויסגענוצט זיינע בחור'ישע יארן על התורה ועל העבודה. ער איז באליבט ביי אלע בחורים אין ישיבה מיט זיינע מדות טובות, ער איז באקאנט מיט זיין התמדת התורה, אויסער די שיעורי הישיבה האט ער זוכה געווען צו ענדיגן פאר זיך צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און נאך פילע שיעורים. ווי אויך העלפט ער ארויס גאר אסאך אינעם בית הדפוס, צו קענען דרוקן און פארשפרייטן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, און מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן.
די כלה תחי' איז א לערערין אין די "בית פיגא" סקול, וואו זי איז באקאנט מיט אירע מדות טובות און מיט איר איבערגעגעבנקייט פאר יעדע תלמידה בלב ונפש.
אנשי שלומינו בפרט און אידן איבער די גאנצע וועלט בכלל, פרייען זיך מיט מיט די שמחה בבית הראש ישיבה שליט"א, ווי באקאנט פאר יעדן וויפיל דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין אזויפיל ארויסגעהאלפן אידישע קינדער איבעראל מיט די געוואלדיגע דרשות און חיזוק, וואס ער געבט איבער די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, לויט ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע, אויף די היינטיגע שפראך, אויפ'ן היינטיגן פארנעם, אז יעדער איד, אין סיי וועלכע מצב ער איז, זאל זיך קענען אן עצה געבן אין לעבן, און זאל קענען זיין נאנט צום אייבערשטן.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז ער זאל זוכה זיין צו זען פיל אידיש נחת פון אלע זיינע קינדער, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים.
פרטים איבער די לחיים/ווארט/תנאים וועט אי"ה נאכפאלגן.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן