פרייליכע חתונה אין ארה"ק פון א תלמיד הישיבה
ה כסלו תשע"ט 📝
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים:
מיט גרויס פרייד האלטן אנ"ש מיט די פרייליכע חתונה וואס קומט פאר יעצט דינסטאג אווענט אין ארץ ישראל, פון החתן יואליש קרויס ני"ו פון די חשובע תלמידים פון ישיבה תפארת התורה ברסלב וויליאמסבורג, א זון פון הרה"ח ר' משה קרויס שליט"א פון מאנטשעסטער, די חשובע כלה איז א טאכטער פון הרה"ח המשפיע רבי פנחס בונקער שליט"א פון ירושלים עיה"ק.
די חתונה קומט פאר אין די זאל פון גאלדען סקיי, אויף רח׳ הרן 41, אין ביתר עילית.
דער חשבוער חתן ני"ו און זיינע חשובע עלטערן האבן שוין זוכה געווען אסאך צו עוסק זיין אין א הפצת תורת רבינו הק'. דער חתן ני"ו האט אויסער זיין געוואלדיגע התמדה אין ישיבה ווי ער האט שוין געענדיגט אומצאליגע מאל משניות, דורכגעלערענט גאנץ ש"ס, מדרשים, זוהר, און אזוי ווייטער, האט ער אויך זוכה געווען צו מפיץ זיין אן א שיעור ברסלב'ע ספרים און קונטרסים טאג טעגליך.
יעצט ווען דער חשוב'ער חתן גייט אונטער די חופה, און ער שטעלט אויף א נייער שטוב, איז דער וואונטש פון אנ"ש אז ער זאל זוכה זיין צו אויפשטעלן א ערליכער ערליכע אידישע שטוב, און ווייטער פארשפרייטן און פארפלייצן דעם רבי'נס ספרים און קונטרסים מיט גרויס פלייס, און באקומען אלע ברכות וואס חז"ל זאגן אז מען באקומט ווען מען האט חתונה.
קול חתן וקול כלה.